צוליב די ימים־נוראים, האָט זיך אין די ייִדישע קהילות אָנגעהויבן אַ נײַער ציקל דעבאַטן וועגן די כּפּרות־הינער. אין דער זעלבער צײַט, האָט זיך אין דער וועלט געשען גאָר אַן אַנדער מעשׂה, וואָס האָט צו טאָן מיט צער־בעלי־חיים. דינסטיק, דעם צווייטן טאָג ראָש־השנה, האָבן די פֿירער פֿון „אײַסיס‟ פֿאַרווערט די תּושבֿים פֿון דער איראַקישער שטאָט מאָסול אויפֿצוציִען קעץ אין שטוב. מע גיט איבער, אַז די מיליטאַנטן האָבן שוין אָנגעהויבן סיסטעמאַטיש אויסהרגענען די חיות.
הגם די עקסטרעמיסטישע אָרגאַניזאַציע האָט אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון משוגעים, האָט די דאָזיקע ידיעה פֿאַרחידושט אַ סך מענטשן, ווײַל לויט דער מוסולמענישער טראַדיציע דאַרף מען דווקא מכבד זײַן די קעץ. מע דערציילט, אַז דער נבֿיא מוכאַמאַד אַליין האָט ליב געהאַט די דאָזיקע חנעוודיקע בעלי־חיים; איינמאָל האָט ער געדאַרפֿט אויפֿשטיין צו דאַוונען, אָבער נישט געוואָלט אויפֿוועקן זײַן באַליבטע קאַץ מועזאַ, וועלכע האָט זיך צוגעטוליעט צו זײַן כאַלאַט. כּדי די קאַץ זאָל שלאָפֿן רויִק, האָט מוכאַמאַד צעשניטן זײַנע בגדים.
איינע פֿון די וויכטיקסטע פֿיגורן אין דער סוניטישער טראַדיציע, אַבו הורײַראַ, וואָס מיינט „דער טאַטע פֿונעם קעצעלע‟, האָט באַקומען דעם דאָזיקן צונאָנען פֿון מוכאַמאַדן צוליב זײַן באַזונדערער ליבשאַפֿט צו קעצעלעך. ביז איצט האָבן די טעראָריסטן זיך כּסדר פֿאָטאָגראַפֿירט מיט קעץ, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, כּלומרשט, ווי אַן איידעלע חבֿרה.
מיט אַ יאָר צוריק, בעת מײַן קורצער נסיעה קיין מאַראָקאָ, האָב איך געזען ממש אומצאָליקע קעץ אויף די גאַסן פֿון קאַסאַבלאַנקע. הגם זיי זענען לאַוו־דווקא געוווּנטשענע געסט אין די אָרטיקע מעטשעטן, זענען זיי אַ פּראָמינענטער עלעמענט פֿון דער אָרטיקער לאַנדשאַפֿט. מײַנע באַקאַנטע האָבן מיר דערציילט, אַז אין סיריע און איראַק טרעפֿט מען זיי אויף שריט און טריט.
די פּוכיקע פּערסישע קעץ זענען אַ רעזולטאַט פֿון אַ דורות־לאַנגער איראַנישער טראַדיציע. במשך פֿון הונדערטער יאָרן, האָבן די איראַנער אויפֿגעצויגן באַזונדערס שיינע קעץ־פּאָראָדעס. די שיִיִטן, וואָס לײַדן פֿון שרעקלעכע רדיפֿות מצד „אײַסיס‟, האָבן חוזק געמאַכט פֿונעם נײַעם טעראָריסטישן „חידוש‟ און באַמערקט, אַז דער באַקאַנטער שיִיִטישער אַיאַטאָלאַ אַלי אַל־סיסטאַני, וועלכער וווינט אין דער איראַקישער שטאָט נאַדזשאַף איז אויך באַקאַנט ווי אַ ליבהאָבער פֿון קעץ.
אין פֿאַרגלײַך מיט איראַק, וווּ בלויז די עקסטרעמסטע קרײַזן האָבן פֿײַנט די קעץ, איז אין דער הײַנטיקער פֿרומער ייִדישער וועלט ברייט פֿאַרשפּרייט אַ היפּש נעגאַטיווע באַציִונג צו אַלע שטוב־חיות. פֿאַר ס׳רובֿ חרדים זענען די כּפּרות־הינער פֿאַקטיש די איינציקע לעבעדיקע באַשעפֿעניש, וואָס זיי האָבן נישט מורא צו האַלטן אין די הענט.
אין עקסטרעמע פֿאַלן פֿירן זיך אויף געוויסע פֿרומע יחידים נישט בעסער, ווי „אײַסיס‟. אַבֿרהם־מרדכי ראָזענפֿעלד, דער ירושלימער חסידישער מלמד, וואָס זיצט איצט אין תּפֿיסה פֿאַרן פֿאַרגוואַלדיקן חדר־ייִנגלעך, האָט אַמאָל געשלאָגן אַ קאַץ אויף טויט פֿאַר די אויגן פֿון זײַנע תּלמידים. אין ארץ־ישׂראל טרעפֿן זיך אויך כוליגאַנען, וואָס וואַרפֿן אַרײַן לעבעדיקע קעצעלעך אין די ל״ג־בעומרדיקע שײַטערס.
די קנאַפּע צאָל פֿרומע קעץ־האַלטער אין באָראָ־פּאַרק אָדער מאָנסי באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון עקסצענטרישע טיפּן. געוויינטלעך, זענען זיי מאָדערנע אָרטאָדאָקסן אָדער בעל־תּשובֿות. אין מיזרח־אייראָפּע איז דער מצבֿ אָבער געווען גאַנץ אַנדערש. היסטאָריש גערעדט, איז אַכזריות לגבי קעץ, בפֿרט די שוואַרצע, געווען פֿאַרשפּרייט דווקא אין פֿראַנקרײַך און אַנדערע קאַטוילישע לענדער. אַזוי ווי בײַ די נאָרמאַטיווע מוסולמענער און אינעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל, מיינען די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן, אַז אַ קאַץ איז אַ נוצלעכע און ציכטיקע חיה; להיפּוך צו די הינט, מעג זי אַרײַנקומען אין אַ קלויסטער.
הרבֿ יונתן גרשום, וועלכער וווינט אויף אַ פֿאַרם אינעם קליינעם דערפֿל סענדסטאָון, מינעסאָטע, באַקלאָגט זיך אין זײַן אַנומלטיק בוך וועגן כּפּרות, אַז געוויסע ייִדן, ווען זיי ווערן פֿרום, זאָגן זיך אָפּ פֿון זייערע קעץ און הינט, כּדי נישט אויסצוזען צו אויסטערליש אין זייערע קהילות.
גרשום איז אַ באַקאַנטער שטיצער פֿון פּאַציפֿיזם און וועגעטאַרישקייט. זײַענדיק אַ תּלמיד פֿון הרבֿ זלמן שעכטער־שלומי, איז ער שוין לאַנג געוואָרן אַ חסיד פֿון רבי נחמן בראַצלעווער. אינעם דערמאָנטן בוך, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2015, דערמאָנט דער מחבר גאַנץ ריכטיק, אַז אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך האָבן אַ סך משפּחות געהאַלטן קעץ. ספּעציעלע „שיל־קעץ‟ האָבן אויך געהיט די ספֿרים פֿון אין בתּי־מדרשים פֿון מײַז און ראַצן.
גרשום שטאָלצירט מיט זײַן פֿריִערדיק שײַכות צו שעכטער־שלומיס „רעניואַליסטישער‟ באַוועגונג, טרעט אויף קעגן דעם באַנוץ פֿון לעבעדיקע כּפּרות־הינער און רופֿט ייִדן צו פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרמערײַ אין קליינע דערפֿער. אויף זײַן וועבזײַט דערציילט ער, אַחוץ אַנדערע עקאָלאָגישע און פֿאַרמערישע ענינים, וועגן זײַנע געוועזענע און איצטיקע געראַטעוועטע קעץ.
פֿאַר די הויפּטשטראָמיקע חסידים קלינגט אָבער אַזאַ טעטעקייט אויסטערליש. מײַנער אַ חבֿר, אויך אַ בראַצלעווער, וווינט אין באָראָ־פּאַרק און ראַטעוועט דאָרטן פֿאַרלאָזטע קעצעלעך. זײַענדיק אַ בעל־תּשובֿה פֿון רוסלאַנד, פֿאַרשטייט ער נישט, פֿאַרוואָס זײַנע שכנים שרעקן זיך איבער און ווילן אַפֿילו נישט זען זײַנע בעלי־חיים. פֿון אַנדערע בעל־תּשובֿות האָב איך געהערט קאָמישע מעשׂיות וועגן פֿרומע געסט, וואָס זענען אַליין אַרויפֿגעשפּרונגען אויפֿן מעבל, ממש ווי קעץ, האָבנדיק מורא פֿאַר די פֿיר־פֿיסיקע בני־בית. נישט איין מאָל האָב איך געזען אַזעלכע סצענעס אין די חסידישע קוואַרטאַלן פֿון ברוקלין. ווען אַ שכנישע קאַץ וואַנדערט אַרײַן אין עמעצנס סוכּה, קאָן זי אַרויסרופֿן ממש אַ פּאַניק.
די ליובאַוויטשער חסידים האַלטן, אין טעאָריע, אַז ס׳איז נישט גוט אַפֿילו צו קוקן אויף דער צורה פֿון טרייפֿענע באַשעפֿענישן. למעשׂה, טרעפֿן זיך גאַנץ ערנסטע חב״דניקעס, וואָס קויפֿן קעץ נאָך דער בקשה פֿון זייערע קינדער אָדער כּדי פּטור צו ווערן פֿון די מײַז. צוליב דעם ריזיקן פּראָצענט בעל־תּשובֿות איז חב״ד אָבער אויך אַן אומגעוויינטלעכע חסידישע גרופּע, וואָס דערלאָזט אַ סך זאַכן, וואָס זענען בײַ די סאַטמאַרער אָדער וויזשניצער חסידים פֿאָרמעל אָדער אומאָפֿיציעל פֿאַרבאָטן.
אין דער ייִדישער טראַדיציע ווערן די קעץ אַסאָציִיִרט מיט ציכטיקייט און באַשיידנקייט. דער תּנא רבי יוחנן האָט געזאָגט, אַז אויב דער אייבערשטער וואָלט אונדז נישט געגעבן די תּורה, וואָלטן מיר געקאָנט אָפּלערנען צניעות פֿון אַ קאַץ.
אינעם באַקאַנטן מדרש „פּרק שירה‟ ווערן איבערגעציילט די תּנ״כישע פּסוקים, מיט וועלכע פֿאַרשיידענע באַשעפֿענישן, אויף אַן אַלעגאָרישן אָדער מיסטישן אופֿן, לויבן דעם רבונו־של־עולם. די קאַץ זאָגט דעם פּסוק פֿון תּהילים: „ארדוף אויבֿי ואשׂיגם ולא אשובֿ עד כּלותם” — איך וועל רודפֿן דעם שׂונא ביזן סוף. די קעץ זענען קליינע, אָבער אַנטשלאָסענע באַשעפֿענישן, וואָס גיבן זיך אַן עצה אויסצולעבן סײַ צווישן די טעראָריסטן אין איראַק, סײַ אינעם חסידישן וויליאַמסבורג, הגם אין ביידע ערטער האָט זיי דער עולם לאַוו־דווקא ליב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.