לעצטנס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין אָקלענד, קאַליפֿאָרניע איבער 450 ליטעראַרישע איבערזעצער פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע, כּדי אַרומצורעדן די ענינים וואָס זענען וויכטיק פֿאַר זייער פֿאַך. מער ווייניקער האָט מען געקענט צוטיילן די רעדעס און פּאַנעלן אויף פֿיר קאַטעגאָריעס: דיסקוסיעס וועגן די טעכנישע אַספּעקטן ווי אַזוי מע קען איבערזעצן אַ טעקסט פֿון איין שפּראַך אויף אַ צווייטער; וואַרשטאַטן איבער די געשעפֿטלעכע אַספּעקטן פֿון דער מלאכה (קאָנטראַקטן וכדומה); פּאַנעלן וועגן די פּערזענלעכע איבערלעבעונגען פֿון איבערזעצער, און צוויישפּראַכיקע פֿאָרלייענונגען פֿון ליטעראַרישע ווערק. ייִדיש האָט געשפּילט אַן עיקרדיקע ראָלע אין צוויי פּאַנעלן: אַַ פֿאָרלייענונג פֿון ליטעראַרישע ווערק אויף גערמאַנישע שפּראַכן און אַ פּאַנעל וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש־איבערזעצערײַ.
ייִדיש איז געווען גוט רעפּרענזענטירט אויף דער קאָנפֿערענץ. צום ווייניקסטן זיבן ליטעראַרישע איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש זענען געקומען, צווישן זיי האָבן דיאַנע קלאַרק, מערל באַכמאַן און עלען קאַסעדי פֿאָרגעלייענט פֿון זייערע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צוויי פֿון די איבערזעצערינס האָבן פֿאָרגעלייענט פּאָעזיע: באַכמאַן — אירע איבערזעצונגען פֿון ראָזאַ נעוואָדאָסקאַס לידער, און קלאַרק — אירע איבערזעצונגען פֿון רייזל זשיכלינסקיס פּאָעזיע. עלען קאַסעדי האָט פֿאָרגעלייענט אויסצוגן פֿון איר איבערזעצונג פֿון בלומע לעמפּלס אַ דערציילונג.
אויף אַ פּאַנעל געווידמעט ייִדיש מיטן נאָמען „די אויסגעקליבענע שפּראַך? עולם, אויסקלײַב און ענדערונג אין דער ייִדישער איבערזעצונג‟ האָט מען אַרומגערעדט ווי אַזוי מע באַציט זיך הײַנט אַנדערש צום איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש ווי אַמאָל. די פּאַנעליסטן זענען געווען: זכריה שולמאַן, דער געוועזענער אָנפֿירער פֿון די איבערזעצונג־איניציאַטיוון בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟; מינדל כּהן, די הויפּט־רעדאַקטאָרשע פֿון „אין געוועב‟; דניאל קענעדי, דער רעדאַקטאָר פֿאַר איבערזעצונגען בײַ „אין געוועב‟ און עלען קאַסעדי, אַ זשורנאַליסטקע און איבערזעצערין.
שולמאַן האָט דערקלערט, אַז להיפּוך צו די 60 יאָר נאָכן חורבן ווען מע האָט אויסגעקליבן יענע ווערק, וואָס וועלן גיבן די ייִדישע לייענער אַ געפֿיל פֿון נאָסטאַלגיע, קלײַבט מען במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר אויס ווערק, וואָס וועלן זײַן אינטערעסאַנט פֿאַרן ברייטערן עולם. שולמאַן האָט דערקלערט, אַז עס עקזיסטירט דערפֿאַר אַ מאָל אַ שפּאַנונג צווישן די וואָס געבן געלט די איבערזעצער, זיי זאָלן שאַפֿן זייערע איבערזעצונגען און די איבערזעצער אַליין.
די פֿיר איבערזעצער האָבן אויך אַרומגערעדט ווי אַזוי די אַקאַדעמישע וועלט האָט אַ השפּעה אויף דעם אופֿן ווי אַזוי מע טרענירט די איבערזעצער פֿון ייִדיש און ווי אַזוי מע גיט אַרויס זייערע ווערק; די פּראָבלעמען בײַם איבערזעצן די ניואַנסן פֿון וויצן וועגן די ייִדישע דיאַלעקטן (ליטוואַקעס אַנטקעגן גאַליציאַנער) און די ראָלע וואָס פּובליקאַציעס ווי „אין געוועב‟ קענען שפּילן אין פֿאַרשפּרייטן איבערזעצונגען פֿון ווערק, וואָס מע וואָלט אַנדערש ניט פֿאַרעפֿנטלעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.