מיט אַ גרינג האַרץ שרײַב איך איצט די נאָטיצן וועגן דעם גלענצנדיקן זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר יצחק לודען.
ממש ערבֿ ראָש־השנה האָב איך באַקומען פֿון אים אַ בליץ־בריוול מיט גוטע ווינטשעוואַניעס, וווּ ער שרײַבט אויך: „זײַ מיר מוחל, וואָס איך האָב זיך נישט פֿריִער אָפּגערופֿן — דו ווייסט דאָך, אַז אָקטאָבער איז נישט בלויז דער חודש, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן, נאָר אויך דער חודש, אין וועלכן איך עלטער זיך פֿון יאָר צו יאָר. און עלטערן זיך איז נישט קיין לײַכטע מלאָכה. איך בין שוין נישט יענער צעלייגער, וואָס מיט אַ יאָר־צוויי צוריק, נאָר, ווי מען זאָגט בײַ אונדז: שוין אויס קאַפּעליושמאַכער…”
יאָ, אמת, קיין וואָרט נישט איבערגעטריבן — מײַן טײַערער פֿרײַנד, יצחק לודען ווערט דעם 22סטן אָקטאָבער 92 ביז 120 (לויט די אָנווײַזונגען אינעם „לעקסיקאָן פֿון ייִדיש־שרײַבערס”); לויט זײַנע אייגענע קווענקלענדיקע ידיעות איז ער געבוירן געוואָרן מיט צוויי יאָר פֿריִער. ווי עס זאָל נישט זײַן, דער עיקר איז, אַז כ׳קאָן עס טאָן, זײַענדיק זיכער, אַז יצחק וועט די דאָזיקע נאָטיצן אַליין איבערלייענען.
לודענס לעבנס־גורל איז פּאַראַדאָקסאַל און איראָניש, וואָס האָט זיך אַוודאי אָפּגעשפּיגלט אין זײַן אָנגעזעטיקטער שאַפֿערישער טעטיקייט און אין זײַן זשורנאַליסטישן סטיל.
מיר קענען זיך שוין אַ פֿערטל יאָרהונדערט. ווי זאָגט מען: ס׳האָט זיך צווישן אונדז באַלד געשאַפֿן אַ כעמיע. זיך צונויפֿגיין לײַכט מיט מענטשן ליגט אין לודענס טבֿע; פּונקט ווי שאַרף אָפּצוענטפֿערן, אַפֿילו איבערצורײַסן די באַציִונגען, ווען דאָס קומט אין סתּירות מיט זײַנע פּרינציפּן. יצחק האָט געקאָנט זײַן גערעכט אָדער נישט גערעכט אין זײַנע וויכּוחים, אָבער קיין מאָל נישט גלײַכגילטיק. ער אַליין פֿלעגט וועגן זיך זאָגן: „כ׳ווייס, כ׳בין אַ שייגעץ…”. אַזאַ קריטיש „סעלפֿי” האָט אים דערמעגלעכט צו זאָגן און אַרײַנזאָגן קורץ און שאַרף אַ צווייטן. אַזוי איז געווען בעת די פֿאַרזאַמלונגען אין „לייוויק־הויז”, און אַזוי איז עס געווען אויף די זיצונגען פֿון „וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש”, וווּ מיר האָבן זיך ביידע אַקטיוו באַטייליקט. דעם אמת געזאָגט, פֿלעג איך נישט איין מאָל ספּעציעל קומען פֿון ירושלים, וווּ כ׳האָב געוווינט, קיין תּל־אָבֿיבֿ, ווײַל כ׳האָב געוווּסט, אַז לודען וועט „נעמען אַ וואָרט”.
לודענען געהערט אויך אַן אַנדער אַפֿאָריסטישער זאָג, וואָס ער האָט נישט איין מאָל אויסגענוצט סײַ בעל־פּה סײַ בכּתבֿ: „אַז ס׳איז אַזוי גוט, פֿאַר וואָס זשע איז אַזוי שלעכט?!” — אַ מין הקדמה צו זײַן ווײַטערדיקער קריטיק.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די הויפּט־פֿראַגע פֿון זײַן לעבן איז געווען און געבליבן די פּובליקאַציע „לעבנס־פֿראַגן”, וואָס האָט זיך געשלאָסן ווי אַ פּאַפּירענע אויסגאַבע און דערשײַנט איצט אויף אַן עלעקטראָנישן אופֿן. דערמיט האַלט זיך לודען אויך בײַ דער איראָניע פֿון צײַט: די אַלטע „בונדישע וועלט” איז אונטערגעגאַנגען, צוזאַמען מיט אירע אײַנוווינער און לייענער פֿון דער פּאַפּירענער פּרעסע, און די יונגע „לינקע” ייִדישיסטן קוקן איצט אַרײַן אין דער עלעקטראָנישער צײַטונג „לעבנס־פֿראַגן”. יצחק לודען שטייט אויף דער וואַך ביזן הײַנטיקן טאָג.
ווען כ׳האָב איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס”, איז לודען געווען צווישן די ערשטע שרײַבערס, וועמען כ׳האָב פֿאַרבעטן מיטצואַרבעטן און ווערן אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. יעדע וואָך, במשך פֿון יאָרן, האָב איך אַרויסגעקוקט אויף זײַנע אַרטיקלען סײַ מיט אינטערעס סײַ מיט אַ ציטער. זײַן פּובליציסטיק און קוקווינקל האָט נישט דערלאָזט קיין שום קאָמפּראָמיסן. אים איז וויכטיק געווען עס זאָל זײַן „אַ דראַמע”, ווי כ׳פֿלעג פֿון אים אָפֿט הערן; און קיין דראַמעס, ווי איר פֿאַרשטייט, האָבן אין דער מדינה פֿון ייִדן קיין מאָל נישט אויסגעפֿעלט.
די „דראַמעס” אין ישׂראל האָט דער „פֿאָרווערטס”־לייענער באַטראַכט פֿון זײַן אייגענעם שטאַנדפּונקט. פֿאַרשטייט זיך, אַז לודענס סוביעקטיווער קוקווינקל פֿלעגט נישט יעדן געפֿעלן ווערן; אַרויסרופֿן שאַרפֿע אָפּרופֿן און אַפֿילו סטראַשונקעס אויפֿצוהערן צו אַבאָנירן די צײַטונג. מײַנע טעלעפֿאָן־געשפּרעכן מיט יצחקן צו זײַן אַ ביסל „ווייכער און בייגעוודיקער”, נישט „שיסן פֿון האַרמאַטן”, נאָר זיך באַנוצן מיט „אַ לײַכטערן וואָפֿן”, זײַנען געווען „פּוסטע שיסערײַען”. ער איז פֿעסט געשטאַנען אויף זײַן אידעאָלאָגישער פּלאַטפֿאָרמע. צו מאָל האָב איך זיך, ווי אַ רעדאַקטאָר, געמוזט אַרײַנמישן, עפּעס ענדערן אָדער קירצן… נו, נו, כ׳האָב שוין דערנאָך אויסגעהערט פֿון אים ביזן הימל אַרויף.
נאָכן אָפּשטעלן זײַן מיטאַרבעט מיטן „פֿאָרווערטס” — נישט חלילה צוליב מחלוקתן — ס׳איז אַפּנים געקומען די צײַט, האָב איך געבענקט נאָך אַזאַ זשורנאַליזם, נאָך אַזאַ פּראָפֿעסיאָנעלער באַציִונג, נאָך אַזאַ אַחריות פֿאַרן וואָרט און פֿאַקט. אין זײַנע אַרטיקלען פּולסירט דער איצטיקער מאָמענט. נישט איין מאָל פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז דער אַרטיקל איז שוין געווען צוגעגרייט צום דרוק, און פּלוצעם, אין לעצטן מאָמענט שיקט לודען צו אַן ענדערונג, אַ פֿאַרבעסערונג — אַ וואָרט, אַ זאַץ אַ גאַנצן פּאַראַגראַף. אַוודאי, רופֿט עס אַרויס אַן אומצופֿרידנקייט; אָבער באַלד כאַפּטסו זיך, אַז דאָס מיינט טאַקע עכטע פּראָפֿעסיאָנעלקייט, אַחריות פֿאַר דעם וואָס דו טוסט און חשיבֿות צום לייענער.
לודען איז אַ זשורנאַליסט פֿון גאָט און אַן אַרבעטסהאָליקער מיט אַ גוואַלדיקער דערפֿאַרונג, אָנגעזאַמלט פֿון זײַן מיִען זיך אין דער לעגענדאַרער ייִדישער ישׂראל־צײַטונג „לעצטע נײַעס”. זײַנע פּובליציסטישע ווערק האָבן אויסגעפֿורעמט דעם בוך „פֿון חלום צו שלום” (1979), וווּ ער גיט איבער אויף אַ שפּאַנענדיקן אופֿן די דראַמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ירושלים און קאַיִר; און די צוויי מאָנאָליטע בענד „אין געיעג נאָך מאָמענטן” (2009).
אין תּוך גערעדט, איז די זשורנאַליסטישע אַרבעט טאַקע אַ געיעג נאָך אַ מאָמענט; כאַפּן דעם אָטעם פֿון דער געשעעניש און עס איבערגעבן דעם לייענער. מערסטנס איז דער דויער פֿון אַזאַ אַרטיקל אָדער רעפּאָרטאַזש נישט מער ווי אַ מאָמענט. דער פּאַראַדאָקס אָבער שטעקט אין דעם, אַז אַ סך פֿון לודענס אַרטיקלען האָבן ביז הײַנט נישט אָנגעוווירן זייער אַקטואַליטעט. זיי זײַנען טיף אײַנגעוואָרצלט אין געשיכטע און קולטור. זיי רופֿן אַרויס ברייטע אַסאָציאַציעס, ווײַל זייער מחבר איז אַליין אַן אינטעלעקטואַל; אַ מענטש, אײַנגעטונקען אין דער נאַציאָנאַלער און וועלט־קולטור. אַנדערש וואָלט זיך נישט געקאָנט באַווײַזן אַזאַ וווּנדערלעך ווערק ווי זײַן בוך־אַלבאָם „פּערל פֿון גן־עדן: וועגן קונסט און וועגן קינסטלער” (1987).
איך האָב עס באַקומען פֿון יצחקן בעת אונדזער ערשטער טרעפֿונג, דעם 9טן מײַ 1991. פֿון דעמאָלט אָן זײַנען מיר געוואָרן חבֿרים.
אינעם דערמאָנטן בײַם אָנהייב בריוול פֿאַרבעט מיך יצחק צו דער שׁימחה לכּבֿוד דעם צוטיילן אים און דעם אַקטיאָר פֿונעם „ייִדשפּיל”־טעאַטער, יעקבֿ באָדאָ, די יערלעכע פּרעמיער פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. און ער שרײַבט: „דאַרפֿסט באמת נישט מאַכן קיין ספּעציעלן אָנשטרענג. אָבער איך בין דיך קאָלעגיאַל און טאַקע חבֿריש מחויבֿ צו פֿאַרבעטן, און נישט צוליב רוטינעלער פֿאָרמאַלקייט.”
איך נעם אָן דײַן פֿאַרבעטונג, ליבער יצחק. עס קומט דיר די נאַציאָנאַלע אָנערקענונג, דער ייִדיש־„פּרס ישׂראל”. איך שיק דיר פֿונעם ווײַטן ברוקלין אַ האַרציקן יישר־כּוח פֿאַר דײַן פֿרוכפּערדיקן וועג אין ייִדישער זשורנאַליסטיק. איך ווייס, אַז דײַן האַנט וועט נישט אַרויסלאָזן דאָס קאָמפּיוטער־מײַזל כּל־זמן אין דײַנע שלייפֿן קלאַפּט דאָס בלוט אין איין ריטעם פֿון דער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.