חיים נחמן ביאַליק האָט בשעתּו זיך צוגעהערט צו אַ לעקציע פֿון אחד־העמען אין אָדעס וועגן משה רבינו.
מיר ווייסן נישט — האָט ביאַליק געזאָגט — וווּ משה רבינו איז באַגראָבן געוואָרן. פֿון הײַנט אָן ווייסן מיר יאָ. אחד־העם האָט אים באַגראָבן אין אָדעס.
ענלעכע געדאַנקען האָב איך געהאַט ווען איך האָב זיך צוגעהערט צום אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר מיכאל שטײַנלאַופֿס לעקציע וועגן אַנ־סקיס „דיבוק‟, אינעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי.
נאָר וואָס זשע? מיר ווייסן יאָ וווּ אַנ־סקיס קבֿר איז. ער איז באַגראָבן דאָ אין וואַרשע און דווקא אויף אַ זייער בּכּבֿודיקן אופֿן. איז צו וואָס דאַרף מען אים נאָך אַ מאָל באַגראָבן?
שטיינלאַוף האָט אונדז דערציילט אַז דער „דיבוק‟ איז בכלל נישט געווען קיין ייִדישע פּיעסע און אַנ־סקי איז נישט געווען קיין ייִדישער שרײַבער. אַנ־סקי איז געווען אַ רוסיש־רעדנדיקער ייִד און במילא האָט ער געשריבן דעם „דיבוק‟ אויף רוסיש. ווער האָט פֿאַרייִדישט די פּיעסע? דאָס האָט אונדז שטײַנלאַוף נישט געזאָגט.
ס׳איז דאָ נאָך אַ קשיא אויף דער דאָזיקער מעשׂה. ווי באַקאַנט האָט אַנ־סקי געזאַמלט מאַטעריאַלן אויף דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע און ס’איז דאָ אַן אָנגענומענע סבֿרה אַז די דאָזיקע מאַטעריאַלן האָט ער גענוצט טאַקע פֿאַר זײַן „דיבוק‟. איז ווי האָט ער פֿאַרשריבן די דאָזיקע מאַטעריאַלן וועגן דיבוקים, למשל? אויף רוסיש?
אָדער נעמט, למשל, די באַרימטע שורות פֿון חננען אינעם „דיבוק‟, וווּ ער גיט אַ קלער וועגן זײַן געַליבטער לאה. לאה זאָגט ער, שרײַבט מען ל, א, ה. הייסט עס מען קען עס לייענען ווי לא ה׳ – נישט גאָט. און דאָ הייבט זיך אָן בײַ אים דער געדאַנק צו זוכן הילף נישט בײַ גאָט, נאָר טאַקע ביים טײַוול. אַזעלעכע וואָרט-קאָמבינאַציעס זענען מעגלעך נאָר אין ייִדיש מיט אירע לשון־קודשדיקע קאָמפּאָנענטן. רוסיש טויג דאָ אויף כּפּרות.
אָבער מילא.
נאָך אַ זאַך האט מיך געוווּנדערט בשעת דער לעקציע. שטײַנלאַוף האָט גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿאַרשיידענע טעאַטער־ און פֿילם־פֿאָרשטעלונגען פֿון אַנ־סקיס „דיבוק‟. ער האָט אָבער אַפֿילו נישט דערמאָנט דעם פּרעכטיקן פּויליש־ייִדישן פֿאַר־מלחמהדיקן „דיבוק‟ פֿילם.
ער האָט יאָ דערמאָנט דעם אַנומולטיקן פּוילישן פֿילם „דעמאָן‟. ער האָט אָבער צוגעגעבן אַז דעם פֿילם האָט ער נישט געזען. אַ רעפֿערענט מעג רעדן וועגן וואָס ער וויל אָבער מסתּמא דאַרף ער וויסן וועגן וואָס ער רעדט.
שטײַנלאַוף איז אַריבער פֿון ליטעראַטור און קונסט אויף פּאָליטיק. ער האָט געוואָרנט קעגן דעם באַנײַטן אַנטיסעמיטיזם פֿון די פּוילישע רעכט־געשטימטע קרײַזן. אפֿשר ווען ער וואָלט געװוינט אין פּוילן וואָלט ער באַמערקט אַז אין פּוילן איז דער אַנטיסעמיטיזם זייער דעמאָקראַטיש. ער איז פּונקט אַזוי פֿאַרשפּרייט בײַ די לינקע ווי בײַ די רעכטע. דאָ איז מסתּמא כּדאַי צו דערמאָנען אַז דער איינציקער רעזשים וואָס האָט פֿאַרפֿאָלגט זײַנע ייִדישע בירגער אין אייראָפּע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען דווקא דער לינקער קאָמוניסטישער רעזשים אין פּוילן.
גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז דווקא געוויסע מענטשן אינעם עולם וואָס איז געקומען אויף דער לעקציע, און נישט דער גאַסט פֿון אַמעריקע, האָבן געהאַט אינטערעסאַנטע זאַכן צו דערציילן. למשל, איך האָב גאָר נישט געוווּסט אַז אין פּוילן קומט אַרויס אַ צײַטשריפֿט וואָס פֿאַרנעמט זיך בלויז מיט דיבוקים. די צײַטשריפֿט האָט אַ פּאַסיקן טיטל: „עקסאָרציסט‟.
שלום גאָלדבערג, אַן אַמעריקאַנער ייִד, האָט דערעפֿנט אין קראָקע אַ מוזיי וואָס הייסט אויף ענגליש I REMEMBER. קיין פּוילישן נאָמען, אויב איך האָב נישט קיין טעות, האָט ער נישט. דער נײַער מוזיי געפֿינט זיך אין קאַזימיר, די היסטאָרישע ייִדישע געגנט פֿון קראָקע.
אינעם מוזיי קען מען זען די מאָלערײַען פֿון חיים גאָלדבערג, שלום גאָלדבערגס טאַטע. אַ סך פֿון זיי באַשרײַבן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין פּוילן.
די פּוילישע פּרעסע גיט איבער, אַז שלום גאָלדבערג געפֿינט זיך די טעג אין הויזאַרעסט און וואַרט אויף זײַן משפּט. די סיבה? ער האָט געהאַט בײַ זיך אַן אומלעגאַלן וואָפֿן.
דער מוזיי איז, אויף אַזוי פֿיל װי מיר ווייסן, דערווײַל פֿאַרמאַכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.