ניו־יאָרקער העברעיִשע טשאַרטער־שולן קריגן 4.9 מיליאָן דאָלאַר

NY Hebrew Charter School Network Gets $4.9 Million


פֿון ייִט״אַ

Published October 16, 2016, issue of October 26, 2016.

דער אַמעריקאַנער בילדונג־דעפּאַרטאַמענט האָט לעצטנס געגעבן אַ ניו־יאָרקער נעץ פֿון העברעיִש־שפּראַכיקע טשאַרטער־טאָגשולן אַ סובסידיע פֿון 4.9 מיליאָן דאָלאַר.

די פֿינף־יאָריקע סובסידיע, וואָס מע האָט צוגעטיילט מיט אַ חודש צוריק, וועט דערלויבן די העברעיִשע מלוכישע שולן זיך אויסצוברייטערן אין האַרלעם און ברוקלין, און אויך צו אַנטוויקלען נײַע שולן אין דער שטאָט ניו־יאָרק.

„מיר זענען גליקלעך צו זײַן צווישן די לערן־אַנשטאַלטן וואָס האָבן באַקומען די נייטיקע פֿאָנדן,‟ האָט דערקלערט דער פּרעזידענט און פֿינאַנציעלער שעף פֿון דער נעץ, „היברו פּאָבליק‟.

„דער פֿאַקט וואָס מיר האָבן באַקומען די סובסידיע איז אַ צייכן, אַז די פֿעדעראַלע רעגירונג אָנערקענגט די האָרעוואַניע פֿון אונדזערע לערער, שולפֿירער, פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער, פּערסאָנאַל און — דער עיקר — די תּלמידים און משפּחות וואָס מיר באַדינען,‟ האָט ער צוגעגעבן.

„היברו פּאָבליק‟ פֿירט אָן מיט צוויי עלעמענטאַר־שולן און איין אונטער־מיטלשול, סײַ אין האַרלעם סײַ אין ברוקלין. די אָרגאַניזאַציע אַרבעט בשותּפֿות מיט זעקס עלעמענטער־ און אונטער־מיטלשולן איבערן לאַנד, אַרײַנגערעכנט אין ניו־דזשערזי, וואַשינגטאָן, סאַן־דיעגאָ, לאָס־אַנדזשעלעס און מינעאַפּאָליס.

אין „היברו פּאָבליק‟, לערנט מען די לימודים סײַ אויף ענגליש סײַ אויף עבֿרית. די שולן טאָרן נישט לערנען קיין רעליגיעזע לימודים צוליב דער קאָנסטיטוציאָנעלער אָפּזינדערונג פֿון קירך און מלוכה, און דערפֿאַר נעמען זיי אָן קינדער פֿון אַלע רעליגיעזע און עטנישע הינטערגרונטן.

אַ וואַקסנדיקע צאָל ייִדישע משפּחות שיקן זייערע קינדער אין די העברעיִשע טשאַרטער־שולן, כּדי זיי זאָלן זיך אויסלערנען ווי צו רעדן, לייענען און שרײַבן העברעיִש, אַפֿילו אויב קיין רעליגיעזע דערציִונג וועלן זיי דאָרט נישט באַקומען, ווײַל די שולן זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אין פֿאַרגלײַך מיט פּריוואַטע ייִדישע טאָגשולן, וווּ דער שׂכר־לימוד איז געוויינטלעך זייער הויך.

די סובסידיע איז טייל פֿון אַ גרעסערער איניציאַטיוו פֿונעם בילדונג־דעפּאַרטאַמענט, וואָס האָט ביז איצט אויסגעטיילט 245 מיליאָן דאָלאַר לטובֿת דער פֿאַרברייטערונג פֿון די טשאַרטער־שולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און אויך כּדי צו בויען נײַע שולן פֿון אַ העכערער קוואַליטעט.

צו זען ווי אַזוי עס פֿירט זיך אַ העברעיִש־קלאַס אין איינער פֿון די ניו־יאָרקער טשאַרטער־שולן, קוועטשט דאָ: