פּרושקאָוו איז אַ שטעטל לעבן וואַרשע. אַ סך פֿון די פּרושקאָווער תּושבֿים אַרבעטן אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט.
פֿון אַן ערך 1,500 פּרושקאָווער ייִדן פֿאַר דער מלחמה, זענען לעבן געבליבן אַ קנאַפּע צענדליקער. פֿון דעסט וועגן האָבן זיי געשאַפֿן געלט צו פּובליקירן א יזכּור־בוך.
צו די וואָס ווילן נישט פֿאַרגעסן די אַמאָליקע פּרושקאָווער ייִדן געהערט אויך אַ פּוילישע גימנאַזיע־לערערקע. די תּלמידים פֿון דער „יאַן פּאַוועל דער צווייטער‟־גימנאַזיע אין פּרושקאָוו, אין איינעם מיט זייער לערערקע, מאַריאַ סטאַווסקאַ, רייניקן און רעמאָנטירן שוין זינט דרײַ יאָר די מצבֿות אויפֿן ייִדישן פּרושקאָווער בית־עולם.
זיי רײַסן אויס ווילדע געוויקסן, וואַשן אָפּ די מצבֿות און מאַלעווען האַלב־אויסגעמעקטע אותיות אויף די קבֿרים.
פֿון וואַנעט ווייסן זיי ווי כאָטש אַ טייל פון די מצבֿות האָבן אויסגעזען? אויף דעם האָבן זיי פֿאַר־מלחמהדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס. אויף אַזאַ אופֿן האבן זיי זיך דערוווּסט, למשל, אַז מרדכי יהודה בוכהאָלצס מצבֿה איז געווען געפֿאַרבט שוואַרץ מיט ווײַסע אותיות.
ווער סע וויל זיך דערוויסן עפּעס וועגן אַ ייִדישן בית־עולם ערגעץ וווּ אין פּוילן, אָדער וווּ האָט געוווינט י. ל. פּרץ אין וואַרשע, ווענדט זיך צו יאַן יאַגיעלסקי.
ווער איז אַזוינס יאַן יאַגיעלסקי, וואָס פֿייערט די טעג זײַן 79סטן געבורטסטאָג? פֿון באַרוף איז ער נישט קיין אַרכעאָלאָג און אפֿילו נישט קיין היסטאָריקער, נאָר דווקא אַ געאָלאָג. נאָר וואָס זשע, ער האָט גענומען זיך פֿאַראינטערעסירן מיטן ייִדישן עבֿר פֿון זײַן לאַנד אונטער דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט. דעמאָלט האָט מען פֿאַרשוויגן די געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן, סײַ פֿאַר ווי אויך בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
יאַגיעלסקי האָט אויף דער אייגענער איניציאַטיוו געזאַמלט מאַטעריאַלן וועגן ייִדישע בנינים, שילן און בית־עולמס. ער האָט געמאַכט בילדער און געפֿירט אינטערוויוען מיט עלטערע מענטשן וואָס האָבן דעמאָלט נאָך געלעבט און געדענקט זייערע פֿאַר־מלחמהדיקע ייִדישע שכנים.
אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, האָט דער פֿאַקט וואָס ער איז נישט קיין ייִד, אים דווקא געהאָלפֿן בײַם פֿאָרשן די געשיכטעס. פּאָליאַקן וואָס האָבן געוווינט אין אַמאָליקע ייִדישע הײַזער אָדער געאַרבעט אין אַמאָליקע ייִדישע שילן, האָבן פֿרײַ גערעדט מיט אים ווײַל זיי האָבן נישט געהאַט קיין מורא, אַז זייער האָב־און־גוטס האָט אַ מאָל געהערט צו זײַן משפּחה.
די באַציִונג צום ייִדישן עבֿר האָט זיך פֿאַרבעסערט אין די אַכציקער יאָרן. אין 1981 איז יאַגעלסקי געווען צווישן די גרינדערס פֿונעם „קאָמיטעט פֿאַר דער קאָנסערוואַציע פֿון ייִדישע בית־עולמס און היסטאָרישע בנינים‟.
דער קאָמיטעט האָט געזאַמלט געלטער און רעמאָנטירט אַ טייל פֿון די ייִדישע בית־עולמס איבער גאַנץ פּוילן. דער קאָמיטעט האָט אויך אַרויסגעגעבן פּובליקאַציעס אין פּויליש און ענגליש וועגן זיי.
יאַגעלסקי איז געוואָרן אַ פֿאָרשער אינעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אויף דער טלאָמאַצקע גאַס אין וואַרשע. ער האָט פּובליקירט אין איינעם מיט עלענאָר בערגמאַן אַ בוך וועגן די פֿון חורבן געראַטעוועטע שילן אין פּוילן. ער האָט אויך געהאָלפֿן מיט דער גרינדונג פֿונעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע.
גוסטאַוו מעיערלינקס ראָמאַן „דער גולם‟ ווערט געלייענט פֿאַרן עולם אינעם ייִדישן מוזיי, דעם 23סטן אָקטאָבער, אין אַן אָוונט געווידמעט דעם גולם־מאָטיוו.
מעיערלינק, וואָס איז געשטאָרבן אַ יאָר איידער היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט געשריבן אַ ראָמאַן וווּ דער פּראָגער רבֿ, ר׳ אליהו לייב, שאַפֿט אַ גולם ער זאָל היטן זײַן קהילה אין די קומענדיקע שווערע צײַטן. הייסט עס, אַז אַ שרײַבער איז אַ שטיקל נבֿיא.
מעיערלינקס בוך האָט מען עקראַניזירט מיט הונדערט יאָר צוריק. אַ סך מענטשן קענען דעם באַרימטן שטומפֿילם „גולם‟ פֿון יאָר 1915, באַזירט טאַקע אויף מעיערלינקס טעקסט.
סע וואָלט געווען אפֿשר כּדאַי נישט נאָר צו דערמאָנען די היסטאָרישע דײַטשע ווערסיעס פונעם גולם־מאָטיוו, נאָר אויך הײַנטצייטיקע פּוילישע־ייִדישע ווערסיעס. נישט לאַנג צוריק איז דערשינען אין פּוילן אַן אַנימאַציע־פֿילם
וואָס איר קענט זען און הערן טאַקע אויף ייִדיש. איר דאַרפֿט נאָר שרײַבן „די לעגענדע פֿונעם כעלמער גולם‟ און דער פֿילם ווײַזט זיך אויף אייער „יו־טוב‟־עקראַן:
זײַט וויסן, אַז דער כעלמער גולם איז געקומען צו דער וועלט אַ סך פֿריִער ווי דער פּראָגער גולם. יש אומרים אַז צוליב דעם האַלטן מיר די כעלמער ייִדן פֿאַר נאַראָנים אָדער גולמס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.