דעם הײַנטיקן שבת, וואָס פֿאַלט אויס צווישן די לעצטע האַרבסטיקע יום־טובֿים, סוכּות און שמיני־עצרת, לייענען מיר אַ קורצן פֿראַגמענט פֿונעם חומש „שמות‟, וואָס געפֿינט זיך אין מיטן דער פּרשה „כּי תשׂא‟, וווּ עס ווערן דערמאָנט די ענינים פֿון תּשובֿה און עול־מלכות־שמים, פֿאַרבונדן מיט די פֿאַרגאַנגענע ימים־נוראָים, ווי אויך דער יערלעכער ציקל פֿון שלוש־רגלים — די דרײַ יום־טובֿים, אַרײַנגערעכנט סוכּות, ווען ייִדן פֿלעגן עולה־רגל זײַן אינעם בית־המיקדש.
אין דער פּרשה „ראה‟ אינעם חומש „דבֿרים‟, וואָס מיר האָבן געלייענט נישט לאַנג צוריק, גייט אויך אַ רייד וועגן די שלוש־רגלים. דאָרטן טראָגט דער הײַנטיקער יום־טובֿ דעם באַקאַנטן נאָמען: חג־הסוכּות. אינעם הײַנטיקן תּורה־פֿראַגמענט ווערט ער אָבער אָנגערופֿן אַנדערש: „חג־האָסיף‟ — דער יום־טובֿ פֿונעם זאַמלען די גערעטעניש. אַחוץ דעם בוכשטעבלעכן אַגריקולטורעלן באַדײַט פֿונעם דאָזיקן נאָמען, שטעקט אין אים אַ טיפֿער רוחניותדיקער זין. די תּורה זאָגט אונדז, אַז יום־כּיפּור איז דער טאָג, ווען מע ווערט אויסגערייניקט פֿון די עבֿירות דורך אונדזער עבֿודה־השם: „לפֿני השם תּטהרו‟. על־פּי חסידות, דערגרייכן מיר אינעם הייליקן יום־הדין אַ הויכע מדרגה פֿון רוחניות, וואָס לאָזט זיך נישט אויסדריקן דורכן געוויינטלעכן נאָמען פֿונעם באַשעפֿער. מיר ווערן אויסגערייניקט פֿון די זינד דווקא ווען מיר שטייען „לפֿני השם‟ — העכער ווי די פֿיר אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם. דאָס פּינטעלע אויפֿן שפּיץ פֿונעם ערשטן אות אינעם שם־השם, „יוד‟, איז מרמז אויפֿן „פּינטעלע ייִד‟, דעם סאַמע־עצם פֿון דער ייִדישער נשמה. אונדזערע נשמות הייבן זיך אויף צום געטלעכן ליכט, וואָס איז גובֿר די גרענעצן פֿון צײַטן און ערטער; אויף אַזאַ מדרגה ווערן אונדזערע צײַטווײַליקע מפּלות פֿאַרגעסן און אַפֿילו פֿאַרוואַנדלט אין זכותים, אויב זיי „טרײַבן‟ אונדז אַרויף, צו העכערע כּוונות אין אונדזער עבֿודת־התּשובֿה.
נאָך אַ קורצן פֿיר־טאָגיקן איבעררײַס, קומט דער חג־הסוכּות, ווען דאָס „פּינטעלע ייִד‟ פֿון דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה אַנטפּלעקט זיך אין אַ קאָנקרערער ריי שׂימחהדיקע טעג. יעדער פֿון די מיסטישע געסט, די אושפּיזין, וואָס מיר פֿאַרבעטן אין דער סוכּה, סימבאָליזירט אַ געוויסן אַספּעקט פֿונעם מענטשלעכן וועזן; במשך פֿון זיבן טעג זאַמלען מיר די פּירות פֿון דער גײַסטיקער „גערעטעניש‟, דערפֿאַר הייסט דער הײַנטיקער יום־טובֿ „חג־האָסיף‟.
הגם דער דאָזיקער ענין ווערן דערקלערט אין קבלה־ספֿרים אויף אַ גאָר קאָמפּליצירטן פּרטימדיקן אופֿן, קאָן מען עס, אין אַ געוויסער מאָס, גאַנץ פּשוט פֿאַרשטיין און דערפֿילן. וואָס מער מיר האָרעווען, כּדי צו ווערן בעסערע, מער סענסיטיווע און שׂכלדיקע מענטשן אינעם נײַעם יאָר, אַלץ בולטער דערשפּירן מיר דעם טעם פֿון קדושה און רוחניות, ווען מיר זיצן אין דער סוכּה און טוקן זיך אינגאַנצן אַרײַן אין דער מיצווה.
ווי עס ווערט דערציילט אינעם הײַנטיקן תּורה־אויסצוג, האָט משה רבינו געבעטן בײַם רבונו־של־עולם זיך צו אַנטפּלעקן פֿאַר אים. דער באַשעפֿער האָט אַנטפּלעקט זײַן כּבֿוד — די הייליקע שכינה — און געוויזן, אַז די גאַנצע וועלט איז פֿול מיט געטלעכקייט. „הנה מקום אתּי‟ — „דאָס אָרט איז מיט מיר‟. די חז״ל רופֿן אָפֿט דעם באַשעפֿער „המקום‟, ווײַל ער איז דאָס מעטאַפֿיזישע „אָרט‟ פֿון דער וועלט. אַ טייל מענטשן שטעלן זיך פֿאָר, אַז דער באַשעפֿער געפֿינט זיך אינעם הימל צי אַן אַנדער דערהויבן אָרט. אין דער אמתן, געפֿינען זיך אַלע ערטער אין דער וועלט אינעם אייבערשטנס ליכט, הגם נישט אַלעמאָל זענען מיר מסוגל דאָס צו זען.
דער אייבערשטער האָט געהייסן משהן שאַפֿן די נײַע צוויי שטיינערנע לוחות — ווי אַ סימן, אַז ער האָט מוחל געווען די חטאָים פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אויפֿן באַרג סיני, האָט ער אַנטפּלעקט זײַנע 13 מידות־הרחמים, וואָס מיר האָבן כּסדר דערמאָנט בײַ דער נעילה, ווי די קולמינאַציע פֿון די ימים־נוראָים. אין דער תּורה, געגעבן פֿון ס׳נײַ מיט די נײַע לוחות, ווערט דערקלערט דער יערלעכער ציקל פֿון די יום־טובֿים. עס באַקומט זיך, אַז דער הײַנטיקער „חג־האָסיף‟ איז די קאָנקרעטע „גערעטעניש‟ פֿון משה רבינוס עבֿודת־התּשובֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.