נישט לאַנג צוריק האָט ד״ר יניבֿ גאָלדבערג, פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט, אָנגעהויבן לערנען אַ קורס וועגן דעם דיבוק אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ טעמע וואָס ער האָט געפֿאָרשט שוין אין זײַן דאָקטער־אַרבעט.
דערצו, צוזאַמען מיט די תּלמידים וועלן זיי גיין דאָס יאָר אין די שפּורן פֿון די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס פֿון ש. אַנ־סקי, און צום סוף יאָר פּלאַנירן זיי צו באַזוכן די זעלבע ערטער וואָס אַנ־סקי האָט באַזוכט מיט הונדערט יאָר צוריק. אָבער מיר וועלן אָנהייבן דעם שמועס פֿון סאַמע אָנהייב.
דיבוקים זײַנען אַ באַקאַנטער און אַ באַליבטער מאָטיוו אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור. אָבער די ערשטע דיבוקים זײַנען דווקא ספֿרדישע, ריכטיק?
אמת. דער ערשטער דיבוק וואָס מיר קענען איז פֿון יאָר 1545. עס האָט פּאַסירט אין צפֿת, און ר׳ יוסף קאַרו, דער גרויסער פּוסק און מחבר פֿונעם „שולחן ערוך‟, איז געווען דער ערשטער דיבוק־פֿאַרטרײַבער. ער איז געשטאַנען „צווישן צוויי וועלטן‟, פּונקט אַזוי ווי דער טיטל פֿון אַנ־סקיס שפּעטערדיקער דראַמע: פֿון איין זײַט האָט ער געלעבט אין אַ מיסטיש־קבלישער וועלט, און פֿון דער צווייטער איז ער געווען אַ הלכה־מענטש. רמזים פֿון זײַן קבלישן גלויבן קאָן מען געפֿינען אויך אינעם „שולחן ערוך‟. למשל, סעקסועלע ענינים, און בפֿרט — אַרויסלאָזן זרע לבֿטלה, וואָס ר׳ יוסף קאַרו האָט געזען ווי דער גרעסטער חטא, כאָטש מדרבנן איז עס דווקא נישט פֿאַרווערט.
אָבער לויט דער קבלה האָט יעדע נשמה אירע אויפֿגאַבעס אויף דער וועלט, און דאָס וואָס זי האָט נישט באַוויזן צו טאָן — מוז איר גילגול פֿאַרריכטן. ווען די אַלע נשמות וועלן פֿאַרריכטן זייערע קלקולים — דעמאָלט וועט קומען די גאולה. דער וואָס לאָזט אַרויס אַ זרע לבֿטלה פֿאַרמײַדט פֿון אַ נשמה איר תּיקון און דערצו פֿאַרהאַלט ער די גאולה. צווישן די וואָס זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע און האָבן באַגערט די גאולה, האָט עס אויסגעזען ווי דער ערגסטער חטא. נישט אומזיסט האָבן אַ סך פֿון די דיבוקים צו טאָן מיט סעקסועלע עבֿירות. די גאַנצע טערמינאָלאָגיע איז דאָך אַ סעקסועלע: „דער דיבוק איז אַרײַן אין גוף פֿון אַ בתולה‟.
שדים וואָס קריכן אַרײַן אין מענטשן ווערן דערמאָנט שוין אין דער גמרא, און אויך אין קריסטנטום און איסלאַם, אָבער אַ דיבוק איז עפּעס אַנדערש: אין דעם פֿאַל, דאַרף מען נישט נאָר פֿאַרטרײַבן אַ שד, צי אַ דיבוק, נאָר אויך פֿאַרריכטן זײַן נשמה, כּדי ער זאָל ניט מער מתגלגל זײַן. אין אָנהייב געפֿינט מען אַזאַ מין גירוש אין די ערטער וווּ עס זײַנען אַהינגעקומען די וואָס זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע. אין אַשכּנז זײַנען דיבוקים פֿאַראַן זינט דעם 17טן יאָרהונדערט, און בפֿרט נאָך די גרויסע נאַציאָנאַלע טראַומעס ווי שבתי צבֿי און די בלוט־בלבולים. פֿון דעמאָלט אָן זעט מען די קבלישע השפּעות אויך אין אַשכּנז. דיבוקים זײַנען געוואָרן אַ פּאָפּולערער מיטל צו באַהערשן דאָס פֿאָלק און צוריקברענגען עס אין די דל״ת אמות פֿון הלכה. אויב דער רבֿ קאָן פֿאַרטרײַבן אַ דיבוק איז עס אַ סימן אַז ער האָט אַ שליטה אַפֿילו אויף די מתים. דער דיבוק אַליין איז אַ באַוואָרעניש: אַ זינדיקער קאָן חלילה ווערן אַ דיבוק.
וואָס זײַנען די באַציִונגען צווישן דעם דיבוק און דעם קראַנקן — דער גוף וואָס דער דיבוק איז אין אים אַרײַן?
מיינסטן טייל האָבן די קראַנקע געקאָנט די דיבוקים. דער גאַנצער ענין פֿון דיבוק איז דאָך, אייגנטלעך, אַן אויטאָסוגעסטיע [דער טעכניק וואָס ווערט באַניצט בײַם היפּנאָטיזירן אַ מענטשן]. דער פֿאַרטרײַבער האָט אָנגעוויזן דעם קראַנקן די ענטפֿערס וואָס ער האָט געוואָלט הערן. ער זאָגט דעם דיבוק, למשל: דו ביסט אַ שד. זאָגט ער: ניין… און אַזוי הייבט זיך אָן אַ מין פֿאַרהאַנדלונג, וואָס קאָן זײַן זייער ברוטאַל. שאָק־טעראַפּיע — אַ שרעקלעכע צערעמאָניע מיט געשרייען, שופֿרות, פֿײַער אאַז”וו — קאָן העלפֿן אין אַ פֿאַל פון דיסאָציאַטיווע אידענטיטעט שטערונג, און דערפֿאַר זײַנען אַ סך באַהאַנדלונגען געווען אַזוי געראָטן.
צי האָבן אַלע דעמאָלטיקע רבנים געגלייבט אין דיבוקים?
ניין. מ׳האָט דערציילט דעם ווילנער גאון וועגן אַ פֿרוי וואָס טענהט אַז אַ דיבוק איז אין איר אַרײַן, און זי זאָגט אַז אויב דער ווילנער גאון וועט אים הייסן אַרויסגיין — וועט ער אים פֿאָלגן. אָבער דער גאון האָט נישט מסכּים געווען, און געזאָגט: איך האָב נישט צו טאָן מיט דיבוקים. פֿון דער אַנדערער זײַט בין איך אַליין דערשטוינט געוואָרן בײַם הערן אַז הרבֿ אַבֿרהם יצחק הכּהן קוק האָט דווקא יאָ געהאַט צו טאָן מיט דיבוקים. דאָס איז געווען אין יפֿו, אין יאָר 1920: אַ ספֿרדישער בחור האָט פּלוצעם אָנגעהויבן ריידן עבֿרית, הגם קודם האָט ער נאָר גערעדט אַראַביש, און דער רבֿ קוק האָט טאַקע גערעדט מיט אים אויף לשון־קודש בײַם פֿאַרטרײַבן דעם דיבוק. אַ חוץ דעם, האָבן אַ סך רביים געגלייבט אין דיבוקים און מען האָט פֿאַרטריבן דיבוקים זייער אָפֿט. צווישן זיי: דער בעש״ט, ר׳ דודל טאָלנער, ר׳ שמעלקע ניקלשבורג. ס’איז איבעריק צו דערציילן אַז אַלע אַרויסטרײַבונגען זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש.
ביז ווען קאָן מען טרעפֿן אַזעלכע דיבוקים פֿאַרטרײַבונגען?
ביזן הײַנטיקן טאָג. מע האָט אַפֿילו דורכגעפֿירט אַזוינס מיט צוויי חדשים צוריק. זינט דעם אָנהייב פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט ווייס איך פֿון פֿיר דיבוקים־פֿאַרטרײַבונגען, דאָס הייסט נישט קיין סך ווייניקער פֿון אַזעלכע פֿאַלן אין דעם 16טן יאָרהונדערט.
און פֿון דעסט וועגן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט ש. אַנ־סקי געמיינט אַז דער פֿענאָמען פֿאַרשווינדט, און דערפֿאַר האָט ער געוואָלט עס פֿאַראייביקן אין זײַן דראַמע „צווישן צוויי וועלטן — דער דיבוק‟.
אַ סך פֿאָרשערס האַלטן טאַקע, אַז אַנ־סקי האָט געוואָלט דאָקומענטירן די דיבוק־מעשׂיות וואָס ער האָט געהערט אין די עטנאָגראָפֿישע עקספּעדיציעס. נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן… זײַן דראַמע איז נישט קיין דיבוק־דאָקומענט, נאָר אַ קונסטווערק וואָס דערציילט וועגן די ענדערונגען אין דער ייִדישער קהילה צווישן צוויי וועלטן: רעליגיע און טראַדיציע פֿון איין זײַט, און וועלטלעכקייט און מאָדערניזם פֿון דער צווייטער. אין אַ דיבוק־מעשׂה, פֿאַרטרײַבט דער רבֿ דעם דיבוק ווײַל ער וויל מתקן זײַן אַ זינדיקע נשמה און אויסהיילן דערצו דעם קראַנקן. אָבער אין אַנ־סקיס דראַמע, ווען דער רבֿ פֿרעגט חננס רוח: „פֿאַרוואָס ביסטו אַרײַן אין דער בתולה?‟ ענטפֿערט ער אים: „ווײַל איך בין איר באַשערטער‟. אין דעם פֿאַל, איז דער תּיקון פֿון חנן דווקא צו בלײַבן פֿאַראייניקט מיט לאהן. און ווען דער רבֿ טרײַבט דעם דיבוק אַרויס, פֿאַרריכט ער גאָרנישט. אַדרבא: ער מאַכט קאַליע. לאה קאָן נישט פֿאַרגעסן איר באַליבטן חנן, און וויל נישט פּטור ווערן פֿון זײַן רוח. דער דיבוק איז אַ מיטל צו בלײַבן מיט אים צוזאַמען — און אויך דער רבֿ פֿאַרשטייט עס און וויל אייגנטלעך נישט אָנהייבן פֿאַרטרײַבן דעם דיבוק. דער שמשׂ זאָגט אים, אַז דער עולם איז געקומען, און דער רבֿ ענטפֿערט מיט אַ פֿראַגע: „צו מיר? ווי אַזוי האָט ער געקאָנט קומען צו מיר אַז מײַן איך איז גאָר נישטאָ?‟ דער שמשׂ ענטפֿערט: „צו אײַך פֿאָרט אַ גאַנצע וועלט.‟ און דער רבֿ זאָגט: „אַ גאַנצע וועלט — אַ בלינדע וועלט. בלינדע שאָף גייען נאָך אַ בלינדן פּאַסטעך.‟
דערפֿאַר איז אַנ־סקיס „דיבוק‟ אַ גרויסער חידוש. חנן און לאה פֿאַרליבן זיך, און ליבע איז אַ וועלטלעכער מאָטיוו, אָבער זייער פֿאַראייניקונג פֿאַרווירקלעכט זיך אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן. אַנ־סקי אַליין, אין זײַנע לעצטע יאָרן, האָט געגלייבט אין אַזאַ מין פֿאַראייניקונג פֿון די צוויי וועלטן, פֿון טראַדיציע און מאָדערנקייט.
אפֿשר דערפֿאַר איז דער ייִדישער עולם עד־היום פֿאַרליבט אינעם „דיבוק‟.
לכתּחילה האָט אַנ־סקי דווקא געהאַט גרויסע שוועריקייטן בײַם זוכן אינוועסטאָרן צו זײַן פּיעסע. מע דערציילט אַז איין מאָל האָט ער פֿאָרגעלייענט די דראַמע פֿאַר אַן עולם, און צווישן די צוהערערס איז אויך געווען חיים־נחמן ביאַליק. ווען מען האָט אים נאָך דער פֿאָרלייענונג געבעטן זײַן מיינונג, האָט ער געענטפֿערט: „דאָס איז אַ שטיק דרעק. אַנ־סקי האָט געונמען פּרוכות, טליתים, דיבוקים און געמאַכט איין גרויסן מישמאַש פֿון זיי, אַ גרויסע לאַטעס־קאָלדערע‟. פֿאַרשטייט זיך, האָט קיין שום אינוועסטאָר נאָך אַזאַ פּסק נישט געוואָלט אָנקוקן די דראַמע.
אויך די „ווילנער טרופּע‟ האָט נישט געוווּסט אין אָנהייב ווי אַזוי קאָן מען שפּילן אַזאַ פּיעסע אויף דער בינע. ערשט נאָך אַנ־סקיס טויט, אין נאָוועמבער 1920, האָבן די אַקטיאָרן צוגעזאָגט אויף זײַן קבֿר: „אַנ־סקי טײַערער, צו דײַנע שלושים וועלן מיר אַרויפֿשטעלן דײַן ‘דיבוק’‟. געזאָגט און געטאָן: „דער דיבוק‟ איז געבוירן געוואָרן אין טעאַטער, און אַלץ האָט זיך פֿאַרביטן. די פּיעסע איז געוואָרן אַ סענסאַציע. אין די צײַטונגען „הײַנט‟ און „מאָמענט‟ האָט מען געשריבן וועגן דער „דיבוקמאַניע‟; וווּ מע גייט און וווּ מען שטייט האָט מען נאָר גערעדט וועגן דעם דיבוק. יאָרן לאַנג זײַנען די זאַלן פֿול געפּאַקט געווען.
וואָס איז דער סוד פֿונעם „דיבוק‟?
פֿאַרן עולם, האָט די גאַנצע דראַמע אויסגעזען זייער אויטענטיש. מען טאָר נישט פֿאַרגעסן, אַז כּמעט אַלע דיבוקים־צערעמאָניעס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש, ווײַל דאָס רובֿ מענטשן וואָס האָבן געליטן פֿון דיבוקים זײַנען געווען פּשוטע ייִדן. דער עולם האָט געקאָנט די ווערטער: „אַרויס, זאָלסטו פֿאַרלאָזן דעם גוף פֿון לאה בת חנה!‟ אאַז”וו. אַ חוץ דעם, זײַנען די העלדן דאָך זייער מענטשלעכע, אַזש גיי און נעם זיי אַרום. מענטשן האָבן זיך אַליין דערקענט אין דער פּיעסע, צוזאַמען מיט זייערע קאָנפֿליקטן און ליבעס. עס זײַנען פֿאַראַן אין דער דראַמע אַ סך אינטימע פֿראַגעס, און אַ באַגער צו געפֿינען דײַן אויטענטישע שטים.
און דאָס האָט אויך דיך אַרײַנגעצויגן אינעם „דיבוק‟?
קאָן זײַן. די דראַמע האָט מיר פֿון קינדווייז אָן פֿאַסצינירט. יאָרן שפּעטער, אין אוניווערסיטעט, האָב איך געלערנט יוריספּרודענץ, און איינע פֿון מײַנע אויפֿגאַבעס איז געווען שרײַבן וועגן דעם אופֿן ווי דאָס פֿאָלק האָט אויפֿגענומען די רבנישע געזעצן. ד״ר אַבֿיבֿה טל, פֿונעם ייִדישן צענטער אין בר־אילן אוניווערסיטעט, האָט מיר פֿאָרגעלייגט פֿאָרשן דעם „דיבוק‟ ווי אַ טעסט־פֿאַל. דערנאָך, אין מײַן דאָקטער אַרבעט, ווען איך האָב געפֿאָרשט די השפּעות פֿון וועלטלעכע געדאַנקען אויף רבנישע פּסקן אין די דיבוקים מעשׂיות, האָב איך ווײַטער געפֿונען אוצרות. למשל, דעם משולחס אויסדרוק אינעם „דיבוק‟, וואָס איז אין דער אמתן ר’ נחמן בראַצלעווערס ווערטער, אַז גאָט עקזיסטירט נאָר כּל־זמן דו גלייבסט אין אים. וואָס פֿאַר אַ טיפֿער און ראַדיקאַלער אויסדרוק!
און ווי אַזוי ביסטו געקומען צו ייִדיש?
ייִדיש איז מײַן באָבע־לשון. די באָבע שטאַמט פֿון נאַשעלסק, נישט ווײַט פֿון וואַרשע, און האָט מיט אונדז גערעדט אויף ייִדיש. נאָך איר טויט האָב איך פֿאַרגעסן אַז איך קאָן די שפּראַך, און ווען איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט, האָב איך פּלוצעם אָנגעהויבן ריידן ייִדיש — און דווקא מיט אַ פּוילישן דיאַלעקט: איך גײַ און שטײַ, כ׳זאָג „דועס‟ און „וווּעס‟.
ווי אַ לערער פֿון ייִדיש, לערנסטו די כּלל־שפּראַך?
איך באַמי זיך נישט לערנען די כּלל־שפּראַך. איך גלויב אין דעם וואָס פּראָפֿ׳ דבֿ נוי האָט אַמאָל געזאָגט, אַז אויב אַזוי פֿיל ייִדן האָבן גערעדט ייִדיש אויף אַ באַזונדערן דיאַלעקט, קאָן מען נישט זאָגן אַז עס איז נישט ריכטיק. ס׳איז טאַקע נישט פּשוט, אָבער לאָמיר זיך פֿאַרמעסטן מיט די קאָמפּליצירטקייטן! פֿאַר וואָס קאָן מען נישט אַרויסזאָגן „דאָס‟ ווי „דוס‟ און אפֿילו „דועס‟? סײַ ווי סײַ וועלן מיר אַלע שרײַבן אויף איין אופֿן. איך זע אַז די תּלמידים באַנעמען עס דווקא זייער גוט. ווען מע לערנט די כּלל־שפּראַך, זאָגן די תּלמידים אַז דאָס האָבן זיי קיינמאָל נישט געהערט אין דער היים. און ווען זיי הערן מײַן ייִדיש, קלינגט עס היימישער, און זיי זאָגן: „די רעדסט פּינקט אַזוי ווי מאַן בובע‟.
נישט נאָר אין דעם ביסטו אַן אויסנאַם צווישן די ייִדישיסטן. דו ביסט אויך אַ רעליגיזער ייִד, און אַפֿילו אַ רבֿ.
יאָ. נישט נאָר אין שטוב האָב איך געהערט ייִדיש, נאָר אויך אין שול, און פֿאַר מיר, איז ייִדיש אַ שול־שפּראַך. מײַן ייִדיש איז קיינמאָל נישט געווען אַן אַלטערנאַטיווע אידעאָלאָגיע, ווי בײַ די בונדיסטן, למשל. פֿאַר מיר איז ייִדיש אַ שפּראַך — פּונקט ווי עבֿרית, און איך קאָן ריידן וועגן ציוניזם אויף ייִדיש.
אַנ־סקי, אויב מע קערט צוריק צו אים צום סוף, האָט געשריבן אין אַ בריוו: „שווער איז צו לעבן צווישן די וועלטן. דאָס האַרץ ווערט צעריסן‟.
איך אַליין באַוועג זיך צווישן די וועלטן: צווישן אַ פֿרומער און אַ וועלטלעכער וועלט, צווישן פֿאָרשונג און טעאַטער, צווישן חסידים און בונדיסטן, צווישן ייִדיש און עבֿרית, און אויך צווישן די ייִדישע דיאַלעקטן. ס’איז טאַקע שווער צו לעבן אַזוי, אָבער עס באַרײַכערט דעם מענטשן. דאָס האַרץ ווערט אפֿשר צעריסן, אָבער אַנדערש קאָן מען נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.