ייִדיש־טוערין ד״ר שׂרה לאַפּיצקע ע״ה

Dr. Sara Lapitskaya, Longtime Yiddish Activist, Has Died


פֿון דזשאָרדין קוציק און בעלאַ בריקס־קלײַן

Published October 20, 2016, issue of October 26, 2016.

שׂרה לאַפּיצקע, די קאָוונער געבוירענע ייִדיש־פֿאָרשערין און אלמנה פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, איז לעצטנס געשטאָרבן אין אַשדוד צו 78 יאָר.

ד׳׳ר לאַפּיצקע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אַ דאַנק דעם, וואָס זי האָט געוווינט אין אַ קינדערהיים, וואָס די סאָוועטן האָבן עוואַקויִרט טיף אין רוסלאַנד. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ זי איז געווען אַן אַקטיווע כּלל־טוערין אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. זי האָט געהאָלפֿן גרינדן דעם מוזיקאַלישן אַנסאַמבל „אנחנו כאן‟ און האָט געשפּילט אין די אָרטיקע ייִדיש־אַמאַטאָרישע טעאַטערס. אין די סוף־1980ער האָט זי אין ווילנע געלערנט ייִדיש ביז זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1989.

אין דער ייִדישער מדינה האָט זי אָנגעפֿירט מיט אַ ריי ייִדיש־קורסן פֿאַר ייִדיש־לערער אין „מכללת לוינסקי‟ און אין דעם „משׂרד החינוך‟ צענטער פֿאַר לערער אין תּל־אָבֿיבֿ אין די 1990ער יאָרן. צו דער זעלביקער צײַט האָט זי פֿאַרטיידיקט איר דיסערטאַציע אין דעם „אוניווערסיטעט פֿאַר וועלט־קולטור‟ אין פּעטערסבורג. זי האָט אויך געאַרבעט פֿאַר דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין ישׂראל ווי די קאָאָרדינאַטאָרין פֿון ייִדישע קלובן אין לאַנד. זי איז אויך גוט באַקאַנט צוויי דורות ייִדישע סטודענטן ווי אַ לערערין בײַ די זומער־סעמינאַרן פֿונעם „וועלט־ראַט פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין מיזרח־אייראָפּע.

אַחוץ אירע אייגענע טעטיקייטן און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען האָט ד״ר לאַפּיצקע געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם העלפֿן פּאָפּולאַריזירן די ווערק פֿון איר מאַן, דעם שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש. לאַפּיצקע איז געווען אַ שטענדיקע שטיצערין פֿון זײַנע ווערק, איבערזעצנדיק זײַנע דערציילונגען אויף רוסיש און אים העלפֿן צו אָרגאַניזירן זײַנע מאַנוסקריפּטן און זיי גרייטן צום דרוק. זי האָט אים אויך אָפֿט באַגלייט אויף די זומער־פּראָגראַמען אין ייִדישער שפּראַך, איבערהויפּט אין ווילנע, וווּ קאַרפּינאָוויטש איז געווען אַ באַליבטער גאַסט־לעקטאָר.

די ייִדיש־וועלט אין ישׂראל און ליטע האָבן אויסגעדריקט זייער טרויער אויף איר אַוועקגיין. די לעצטנס־אויפֿגעלעבטע „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין ישׂראל, פֿאַר וועמען ד׳׳ר לאַפּיצקע האָט געאַרבעט אין זײַן פֿריִערדיקן גילגול, האָט אויסגעדריקט זייער טרויער אין אַן אַנאָנס אויף „פֿייסבוק‟.