די רוסלענדישע ייִדן זענען צערודערט געוואָרן פֿון אונעסקאָס רעזאָלוציע מכּוח מדינת־ישׂראל, וואָס טענהט, אַז קיין פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און דעם הר־הבית איז ניטאָ.
פֿאַר דער רעזאָלוציע האָבן געשטימט 24 לענדער, בתוכם רוסלאַנד. דער ייִדישער סעקטאָר פֿון דער רוסישער אינטערנעץ האָט אָנגערופֿן די רעזאָלוציע אַנטיסעמיטיש, און כאָטש די היגע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען אין גרונט לאָיאַל צו דער רוסישער מלוכה, האָבן זיי איצט שאַרף קריטיקירט איר באַשלוס.
ר׳ בערל לאַזאַר, דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד, האָט דערקלערט, אַז עס זענען דאָ ספֿקות אין דעם וואָס די טשינאָווניקעס פֿון „אונעסקאָ‟ זענען קענער פֿון דער געשיכטע און קולטור — אויב זיי האָבן איגנאָרירט דעם אויטאָריטעט פֿון כּתבֿי־קודש און אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונגען. ער האָט אויך באַטאָנט, אַז ער איז שאָקירט פֿון דעם ווי רוסלאַנד האָט געשטימט: „רוסלאַנד, וואָס האָט תּמיד סיסטעמאַטיש געקעמפֿט קעגן פֿאַלסיפֿיקאַציעס פֿון געשיכטע, האָט דאָס מאָל געשטיצט אַזאַ אויסגעקרימטע טענה‟. דער הויפּט־רבֿ פֿון דער ליטוואַקישער קהילה, ר’ פּנחס גאָלדשמיט, האָט אַרויסגעזאָגט אַ סך אַ מילדערע פּאָזיציע, אָבער אָנגערופֿן דעם באַשלוס פֿון רוסלאַנד „אומלאָגיש‟.
די רוסלענדישע קהילה פּראַוועט די וואָך דעם יום־טובֿ סוכּות. אין מאָסקווע געפֿינען זיך אַ פּאָר צענדליקער סוכּות, און ניט געקוקט אויף דער קעלט, זײַנען אין די יום־טובֿים אין זיי געזעסן עטלעכע הונדערטער ייִדן.
אַן אומגעריכטע זאַך איז געשען בײַ דער סוכּה פֿון דער מאָסקווער כאָר־שיל. בײַ די ליטוואַקעס איז דאָ אַ מינהג צו באַפּוצן די סוכּה. איינער פֿון די רבנים האָט אָרגאַניזירט דאָס אײַנקויפֿן באַפּוצונגען פֿאַר דער אַלגעמיינער סוכּה, אָבער ווען זײַן פֿרוי איז געקומען צו העלפֿן די אַנדערע פֿרויען באַפּוצן די ווענט און די סטעליע — האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אַן אַנדער רבֿ האָט צוגענומען אַלע שיינע שטאָפֿן און באַפּוצט מיט זיי זײַן אייגענע סוכּה, וואָס אין איר זענען געזעסן די רבנים און די גבֿירים.
דער צענטער פֿון לערנען ייִדישע לימודים אין רוסלענדישע אוניווערסיטעטן, „ספֿר‟, האָט אַרויסגעגעבן אַ באַנד, „דאָס אָנגעוואָרענע שכנות: ייִדן אין קולטור־זכּרון פֿון תּושבֿים פֿון לאַטגאַליע‟. דער באַנד באַשטייט פֿון אַרטיקלען וואָס זענען געשריבן אויפֿן סמך פֿון די אינטערוויוען מיט דער לאַטגאַלער באַפֿעלקערונג, וואָס זענען פֿאַרשריבן געוואָרן אין עקספּעדיציעס אין 2014 און 2015. דער באַנד שליסט אײַן אַרטיקלען וועגן ייִדישע יום־טובֿים, ייִדישע נעמען אין לאַטגאַליע, סטערעאָטיפּן פֿון לעטן וועגן ייִדן און וועגן דעם ייִדישן בית־עולם אין לוצין.
דער מאָסקווער טעאַטער אויף יעווגעני וואַכטאַנגאָווס נאָמען האָט אויפֿגעפֿירט אַ פּיעסע לזכר דעם מאַסן־מאָרד פֿון ייִדן אינעם פּוילישן שטעטל יעדוואַבנע אין 1941. דער ספּעקטאַקל איז אַן אויפֿפֿירונג פֿון טאַדעוש סלאָבאָדיאַניקס פּיעסע „אונדזער קלאַס: געשיכטע אין 14 לעקציעס‟. די העלדן זענען תּלמידים פֿון איין קלאַס, וואָס לעבן בשלום ביז דער מלחמה, אָבער ווען עס קומען די רוסן, און נאָך דעם — די דײַטשן, פֿאַרוואַנדלען זיך די תּלמידים אין רוצחים און קרבנות. די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿון דער פּיעסע (וואָס איז לכתּחילה געווען אַ סטודענטישע אויפֿפֿירונג) אויף דער גרויסער בינע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן אָקטאָבער.
אַ רוסישער פֿילם וועגן חורבן — קאָנסטאַנטין פֿאַמס קורצער פֿילם „ברוט‟ — איז אַרײַן אין דער לאַנגער רשימה נאָמינירטע פֿילמען אויף דער פּרעמיע „אָסקאַר‟. דער פֿילם איז אַן עקראַניזאַציע פֿון לודוויג אַשכּנזיס בוך — אַ געשיכטע פֿון אַ הונט וואָס די נאַציסטן האָבן קאָנפֿיסקירט בײַ אַ ייִדישקע און וואָס דערקענט שפּעטער זײַן באַלעבאָסטע אין אוישוויץ. „ברוט‟ איז דער צווייטער טייל פֿון קאָנסטאַנטין פֿאַמס טרילאָגיע, געווידמעט דעם חורבן.
אַ ידיעה פֿון יאַראָסלאַוול, אַ שטאָט ניט ווײַט פֿון מאָסקווע. דאָרטן איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַן אָנדענק־טאָוול אויפֿן הויז, וווּ עס האָט געוווינט באָריס נעמצאָוו — אַ פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס איז אין די 2000ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער אָפּאָזיציע, און איז אין פֿעברואַר 2015 דערשאָסן געוואָרן בײַ סודותפֿולע אומשטאַנדן. דאָס אויפֿשטעלן דעם טאָוול איז געווען אַן אויפֿטו פֿון די יאַראָסלאַוולער תּושבֿים.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון דער שטאָט אין סאַמע מערבֿ רוסלאַנד, קאַלינינגראַד. דאָרטן ווערט צוגעגרייט אַ דיפּלאָמאַטישע באַגעגעניש, געווידמעטע פּלענער צו שאַפֿן דאָרטן אַ פֿרײַע האַנדל־זאָנע צווישן דעם אייראָ־אַזיאַטישן עקאָנאָמישן פֿאַרבאַנד און מדינת־ישׂראל. דער פֿאַרבאַנד, וואָס באַשטייט פֿון 5 לענדער (רוסלאַנד, אַרמעניע, ווײַסרוסלאַנד, קאַזאַכסטאַן און קירגיזיע), האָט איניציִיִרט דעם פּראָצעס פֿאַראַיאָרן, און האָפֿט צו ענדיקן אים אין די נעענסטע חדשים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.