צוויי מיניסטעריומס פֿון דער פּוילישער רעגירונג האָבן געהאָלפֿן דעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון אידאַ און רחל קאַמינסקאַ צו געפֿינען ערטער, וווּ ער קען אויפֿפֿירן זײַנע פּיעסעס.
די היסטאָרישע טרופּע איז אָנהייב יולי אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿון איר לאַנגיאָריקער היים דורך איר בעל־הבית, וואָס וויל בויען אַ וואָלקן־קראַצער אויפֿן אָרט, וווּ עס האָט זיך יאָרן לאַנג געפֿונען דער טעאַטער.
בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער טעאַטער איבערגעגעבן, אַז ער וועט די וואָך אָנהייבן אַ נײַעם סעזאָן אין צוויי לאָקאַלן: דער קלוב בײַם וואַרשעווער גאַריזאָן־קאָמאַנדירונג און דער לאָקאַל פֿון דער וואַרשעווער קאַמער־אָפּערע.
„ס׳איז פֿאַר אונדז אַ נײַע בינע און אַ נײַע געלעגנהייט,‟ האָט דערקלערט גאָלדע טענצער, די דירעקטאָרשע פֿונעם ייִדישן טעאַטער בעת דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ. „אַז מע שפּילט ניט, שטאַרבט אָפּ אַ טעאַטער.‟
די מיניסטעריומס פֿאַר קולטור און פֿאַרטיידיקונג האָבן געהאָלפֿן דעם טעאַטער צו געפֿינען די נײַע לאָקאַלן.
וואָיציעך פֿאַלקאָווסקי, דער סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַרטיידיקונג־מיניסטעריום, וואָס פֿירט אָן מיט דער גאַריזאָן־קאָמאַנדירונג, אינעם צענטער פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט, האָט געזאָגט אַז דער באַשלוס איז געווען אַ נאַטירלעכער.
„דאָס איז אַ וויכטיקע קינסטלערישע אינסטיטוציע, וואָס האָט אַ שטענדיק אָרט אין דער פּוילישער קולטור,‟ האָט פֿאַלקאָווסקי געזאָגט.
קומענדיקס יאָר וויל דער טעאַטער זיך אַריבערציִען אין דער פּראַגע, אַ קוואַרטאַל וואָס געפֿינט זיך אויפֿן מיזרח־ברעג פֿון דער טײַך ווײַסל. „געלאַמצאָ‟, די פֿירמע וואָס פֿאַרמאָגט דעם בנין אויפֿן גזשיבאָווסקי־פּלאַץ, האָט צוגעזאָגט, אַז דער נײַער וואָלקן־קראַצער וועט אויך אַרײַננעמען אַן אָרט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. די פּלענער זענען אָבער דערווײַל אומקלאָרע און ס׳זעט אויס, אַז דער טעאַטער האָט ניט קיין חשק צו וואַרטן אויף זיי.
געגרינדעט אין 1950, איז די טרופּע אַ פֿאַרבינדונג צו דער רײַכער פֿאַר־מלחמידיקער ייִדיש־רעדנדיקער קולטור. דער פּוילישער פּרעזידענט האָט הײַיאָר באַערט די אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער פֿאַר זייער צושטײַער צו דער פּוילישער און פּויליש־ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.