לעצטנס האָט אַן עלטערער אײַנוווינער אין ליפֿט בײַ מיר אין בנין מיך געפֿרעגט צי כ׳בין אַ באַמאַנטע. אַז כ׳האָב אים געענטפֿערט אַז כ׳האָב קיין מאָל נישט חתונה געהאַט איז ער געווען פֿאַרחידושט.
„טאַקע! וואָס איז דער מער מיט די הײַנטיקע יונגע מענער?“
נו, אַ גוטע שאלה. איך האָב זיך די אייגענע השׂגות דערפֿאַר. איך וועל אײַך איבערגעבן עטלעכע פֿון מײַנע איבערלעבונגען, וועט איר שוין אַליין פֿאַרשטיין.
אפֿשר וועט איר האַלטן אַז דאָס בין איך שולדיק — אַז מיר איז ליבער געווען דאָס זײַן אַן אומאָפּהענגיקע, אָדער אַז איך האָב אַזוי ליב צו זײַן „פֿרײַ‟; אפֿשר האָב איך זיך נישט גענוג באַמיט, אפֿשר בין איך געווען צו אַ גרויסע מפֿוניצע. אָדער… נו, פֿרעגט בײַ מײַן מאַמען, וועט זי שוין אויסרעכענען די טענות וואָס זי האָט צו מיר.
אין דער אמתן, חלום איך שוין לאַנג חתונה צו האָבן. „פֿידלער אויפֿן דאַך“ איז בײַ מיר געווען די באַליבטסטע מעשׂה. כ׳האָב גוט פֿאַרשטאַנען דעם שגעון מצד אַלע דרײַ טעכטער צו געפֿינען אַ שידוך. ס׳האָט מיך שטאַרק אינספּירירט זייער חתונה האָבן לטובֿת ליבע; אַפֿילו ווען דאָס האָט באַטײַט אַז זיי רעבעלירן קעגן די אָנגענומענע קולטור־ווערטן, אַז זיי דאַרפֿן זיך אַוועקציִען העט ווײַט, אָדער אַז זיי רײַסן זיך אָפּ פֿון דער טראַדיציע.
אפֿשר וועט איר מיינען אַז איך בין אַ סינגל ווײַל איך האָב זיך געוויסע „פּראָבלעמען“. נו, אַוודאי, ווער איז דען פּערפֿעקט? איך האָב גענוג אַרײַנגעקוקט אין זיך אַליין און זיך געפּרוּווט פֿאַרבעסערן. כ׳האָב איבערגעלייענט אַלע וועגווײַזערס, געפֿאָלגט אַלע „כּללים“.
פֿרעגט זיך ווײַטער די פֿראַגע: פֿאַר וואָס בין איך נאָך אַלץ אַליין?
איך האָב זיך אַרײַנגעצויגן אויף דער אָפּער־וועסט־סײַד נאָך אין 1986, ווי ס׳האָבן עס געטאָן הונדערטער אַנדערע יונגע ייִדן, כּדי צו זײַן אַ טייל פֿון אַ באַגײַסטערנדיקער און לעבעדיקער ייִדישער קהילה און — פֿאַרשטייט זיך — מיט דער צײַט זיך צו באַקענען מיט מײַן באַשערטן, מיט וועמען איך וועל קענען זײַן איין האַרץ און איין נשמה. כ׳בין געווען זיכער, אַז עס וואַרט אויף מיר גאָר אַ ספּעציעלער מאַן; בין איך געגאַנגען זוכן.
כ׳בין בײַגעווען אויף די געוויינלעכע וועטשערעס און לעקציעס פֿאַר ייִדישע סינגלס; פֿאַרזוכט ווײַנען (כאָטש כ׳האָב אַפֿילו נישט ליב קיין ווײַן!); זיך באַטייליקט אין אָרטאָדאָקסישע שבתּונים (און דערבײַ זיך אײַנגעקויפֿט עטלעכע שיינע לאַנגע שוואַרצע קליידלעך); אַפֿילו געפֿאָרן אויף „קלאָב־מעד“־וואַקאַציעס (און דערבײַ זיך אײַנגעקויפֿט עטלעכע קנאַפּע ביקיניס). דאָס טאַנצן ישׂראלישע טענץ האָט געקלונגען ווי אַ גוטע סטראַטעגיע זיך צו באַקענען מיט פֿרײַע ייִדישע מענער. אָבער גאָרנישט…
מיט דער גאַנצער צײַט, כּוח, און מי וואָס איך האָב אין דעם אַרײַנגעבראָקט וואָלט איך זיך גיכער געקענט פֿאַרשרײַבן אין יוריספּרודענץ־שול. אָבער ס׳האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז דאָס געפֿינען אַ מאַן איז נאָך וויכטיקער. וווּ זשע באַהאַלט זיך ערגעץ מײַן באַשערטער? כ׳האָב זיך געזאָרגט (נאָר האַלב אויף קאַטאָוועס) אַז ביז מײַן באַשערטער וועט זיך באַווײַזן, וועל איך שוין זײַן אַזוי גוט אין כּעס וואָס ער מיך געלאָזט אַזוי לאַנג וואַרטן, אַז ס׳וועט זיך מיר גלוסטן תּיכּף איבערצורײַסן די באַציִונגען מיט אים.
די סטאַטיסטיק האָט בײַ מיר נישט אַרויסגערופֿן קיין האָפֿענונג. ס׳האָט זיך מיר געדאַכט, אַז פֿאַר יעדן מאַן זענען געווען פֿינעף פֿרויען. און די מענער? אָדער האָבן זיי געזוכט אַ פֿרוי וואָס איז פּונקט ווי די מאַמע, אָדער אַ פֿרוי וואָס איז פּונקט די פֿאַרקערטע פֿון דער מאַמען. און ס׳רובֿ האָבן געהאַט אַזאַ פּנים וואָס נאָר אַ מאַמע קען דאָס ליב האָבן.
יענע מענער וואָס מע האָט פֿאַררעכנט פֿאַר די סאַמע געוווּנטשנסטע האָבן כּסדר באַקומען פֿאַרבעטונגען פֿון פֿרויען אויף היימישע שבת־וועטשערעס, אומזיסטע וואַקאַציעס, און ווער ווייסט וואָס נאָך? מיט דעם האָב איך זיך נישט געקענט פֿאַרמעסטן. און דעם אמת געזאָגט, איז מיר בכלל נישט אײַנגעפֿאַלן אַז דאָס וועל איך דאַרפֿן טאָן. האָט מיך נישט געדאַרפֿט ראַטעווען דערפֿון אַ פֿײַנער פּרינץ?
האָב איך, בלית־ברירה, פֿאַרבראַכט אין איינעם מיט מײַנע נאָענטע חבֿרטעס, אַלע מיט די זעלבע צרות. מיר האָבן מיטגעליטן איינע מיט דער צווייטער, געפּאַוועט געבוירן־טעג אין איינעם, און געפֿאָרן אויף וואַקאַציע אין איינעם. שפּעטער האָב איך זיך אָנגעשלאָסן אין אַ שיל כּדי צו געניסן פֿון אַ געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט און משפּחהדיקייט.
דערווײַל בין איך געוואָרן אַלץ שטאַרקער און זיכערער בײַ זיך; כ׳בין אַן אומאָפּהענגיקע פֿרוי מיט שטאַרקע סאָציאַלע פֿאַרבינדונגען און אַ שטיצנעץ. מײַנע חבֿרטעס מיט מיר האָבן שוין הנאה געהאַט פֿון אַלץ וואָס מע קען געפֿינען אין דער שטאָט ניו־יאָרק. איך האָב זיך אָנגעשלאָסן אין אַ געניטונג־קלוב און זיך אויסגעלערנט עסן געזינטערע שפּײַזן. כ׳האָבן זיך שטאַרקער איבערגעגעבן מײַן אַרבעט און אָפּגעגעבן מער צײַט און כּוח אויף מײַנע צײַטפֿאַרברענגען און פֿרײַוויליקער אַרבעט.
הײַנט פֿיר איך אַ פּראָדוקטיוו, צופֿרידן לעבן, אָבער נאָך אַלץ אַ סינגל! איז וואָס זשע איז געוואָרן מיט מײַן חתונה האָבן? נו… אפֿשר וועט עס נאָך צו שטאַנד קומען, אָבער … בלויז אויב דער שידוך האָט נישט קיין שום פֿעלער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.