ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

יאַצעק קאָשטשאַן
יאַצעק קאָשטשאַן

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published October 26, 2016, issue of November 23, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

יאַצעק קאָשטשאַן קריגט פּרעמיע פֿאַר היטן ייִדישע מצבֿות אין דיקלע

דיקלע איז א בילדעריש שטעטל אין דרום־פּוילן. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען ייִדן געווען זיבעציק פּראָצענט פֿון דער דיקלער באַפֿעלקערונג. די דײַטשן האָבן זיי דערמאָרדעט אינעם בעלזשעץ טויט־לאַגער.

וואָס איז געבליבן פֿונעם ייִדישן עבֿר פֿון דיקלע? די חורבֿה פֿון דער גרויסער שיל שטייט אין דיקלע עד־היום אַזוי ווי מצבֿות אויפֿן אָרטיקן ייִדישן בית־עולם.

יאַצעק קאָשטשאַן פֿון דיקלע איז איינער פֿון די לאַוורעאַטן פֿון די הײַ־יאָריקע פּרעמיעס פֿונעם ייִדישן מוזיי „פּולין‟. ער איז באַלוינט געוואָרן צוליב זײַן קאָנסערוואַציע־אַרבעט אין דיקלע און דער אַרומיקער געגנט. ער היט די מצבֿות אויפֿן דיקלער ייִדישן בית־עולם.

ער האָט אויך געשאַפֿן אַ היסטאָרישן אַרכיוו וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער געשיכטע פֿון די דיקלער ייִדן. זיין פֿאָרשונג האָט מזכּה געווען צוויי פּוילישע משפּחות מיט אָנצייכענונגען פֿון „יד־ושם‟. אַ דאַנק אים האָט „יד־ושם‟ זיך דערוווּסט אַז די דאָזיקע משפּחות האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ריזיקירנדיק דאָס אייגענע לעבן.

אין פּוילן שטאַמען אַ סך גרויסע מענטשן פֿון גאָר קליינע ייִדישע שטעטלעך. דיקלע איז נישט קיין אויסנאַם. די משפּחה פון העלענע רובינשטײַן, די קעניגין פֿון דער קאָסמעטיק־אינדוסטריע, שטאַמט פֿון דיקלע.


פּאָלאַקן לערנען זיך ייִדיש בײַ דער „פֿונדאַציע שלום‟

די צאָל יונגע פּאָלאַקן וואָס קומען זיך לערנען ייִדיש אין וואַרשע איז אימפּאָנירנדיק. נישט נאָר סטודענטן, נאָר סתּם מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר קומען אויף די ייִדיש־לעקצעיס אינעם צענטער פֿון דער „פֿונדאַציע שלום‟ אויף דער אַנדערס־גאַס.

הייסט עס, אַז יונגע פּאָלאַקן, דאָס רובֿ נישט־ייִדן, פֿאַראינטערסירן זיך מיטן ייִדישן עבֿר און מיט דער ייִדישער קולטור פֿון זייער לאַנד.

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער מיר דאַכט זיך אַז מער יונגע מענטשן לייענען הײַנט ייִדישע ליטעראַטור אין וואַרשע ווי אין תּל־אָבֿיבֿ.

שׂמחה סימכאָוויטש האָט געשריבן אַ בוך מיטן טיטל „ווען די ווײַסל האָט גערעדט ייִדיש‟. די ווײַסל האָט אַפּנים נישט אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש; דאָס הייסט — נישט אין גאַנצן.


חנוך גוטפֿרוינד רעפֿערירט וועגן היסטאָרישער פּוילישער פֿאַרבינדונג מיטן העברעיִשן אוניווערסיטעט

דער ישׂראלדיקער פֿיזיקער, חנוך גוטפֿרוינד, האָט לעצטנס געהאַלטן אַ לעקציע אינעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי „פּולין‟ וועגן די היסטאָרישע פּוילישע פֿאַרבינדונגען מיטן העברעיִשן אוניווערסיטעט.

גוטפֿרוינד, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קראָקע אין יאָר 1935, האָט אָנגעהויבן זײַן לעקציע מיט אַ הומאָריסטישן ווידוי.

פֿרומע ייִדן מאַכן אַ שהחיינו ווען זיי דערלעבן עפּעס גוטס צום ערשטן מאָל, האָט גוטפֿרוינד דערקלערט. גוטפֿרוינד האָט צוגעגעבן אַז כאָטש ער איז נישט פֿרום וואָלט ער געקאָנט אויך מאַכן שהחיינו. די סיבה? צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן האַלט ער אַ לעקציע אין פּויליש.

איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז גוטפֿרוינד רעדט אַן ערשט קלאַסיקן פּויליש.

גוטפֿרוינד וואָס איז במשך פֿון לאַנגע יאָרן געווען אַ פֿאָרשער און פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט דערציילט אַז די שטרעבונג צו אויסגעצייכנטקייט האָט באַגלייט דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט פֿונעם סאַמען אָנהייב. וולאַדימיר זאבֿ זשאַבאָטינסקי האָט געהאַלטן אַז דער הויפּטציל פֿונעם ערשטן העברעיִשן אוניווערסיטעט אויף דער וועלט איז צו דערמעגלעכן וואָס מער ייִדישע יוגנטלעכע צו ווערן סטודענטן. אין אַ סך לענדער איז דעמאָלט די צאָל ייִדישע סטודענטן געווען באַגרענצט צוליב דעם טרויעריק באַרימטן „נומערוס קלאוזוס‟ (קוואָטע). הייסט עס, אַז זשאַבאָטינסקי האָט געהאַלטן, אַז די צאָל סטודענטן איז וויכטיקער ווי זייער ניוואָ.

אין פֿאַרגלײַך, האָבן אַלבערט אײַנשטײַן און חיים ווײַצמאַן געהאַלטן אַז דער העברעיִשער אוניווערסיטעט דאַרף קודם־כּל זײַן אַן ערשט־קלאַסיקן צענטער פֿון פֿאָרשונג און וויסנשאַפֿט. די צוויי ייִדישע אינטעלקטועלע ריזן האָבן מנצח געווען. גוטפֿרוינד האָט דערמאָנט אַז די גרויסע היסטאָרישע מאָלערײַ וואָס באַשײַנט דעם קאַמפּוס אויפֿן הר־הצופֿים איז די שאַפֿונג פֿונעם גרויסן פּוילישן־ייִדישן מאָלער לעפּאָלד פּליכאָווסקי. די מאָלעריי שילדערט די גרינדונג־צערעמאָניע פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין יאָר 1925.

אויפֿן בילד קען מען זען די פּוילישע דעלעגאַטן. חנוך גוטפֿרוינד האָט דערמאָנט אַז דער סאַמע רעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, פּראָפֿעסאָר יעזשי מאָדראַקאָווסקי, האָט בשעת דער גרינדונג־צערעמאָניע פֿאַרגליכן אין זײַן רירנדיקער רעדע די געשיכטעס פֿונעם פּוילישן און ייִדישן פֿאָלק. ביידע נאַציעס האָבן פֿאַרלוירן זייער אומאָפּהענגיקײט און ביידע זענען זוכה געווען צו דערלעבן א קולטורעלן און נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט, האָט דער פּוילישער פּראָפֿעסאָר געזאָגט אין זײַן רעדע.

אַגבֿ, מאָדראַקאָווסקי איז געשטאָרבן אין יאָר 1945, גלײַך נאָכן חורבן און דרײַ יאָר פֿאַר דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל.