„גאָט פֿון נקמה‟ — אַקטיאָרן אַנטפּלעקט

God of Vengeance Cast Revealed


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 27, 2016, issue of November 23, 2016.

פֿאַר די ווערק פֿון אַ דראַמאַטורג וואָס איז ניפֿטר געוואָרן כּמעט 60 יאָר צוריק, און אַ ייִדיש־שפּראַכלעכן דראַמאַטורג דערצו, געניסן שלום אַשס פּיעסעס הײַנט פֿון אַ סך דערפֿאָלג.

פֿריִער אין יאָר האָט מען פֿאָרגעשטעלט Indecent (נישט־צניעותדיק), אַ נײַע פּיעסע פֿון פּאַולאַ פֿאָגעל, וואָס באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון שלום אַשס קאָנטראָווערסיעלער פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟ אויף אַ נאָוואַטאָרישן אופֿן בײַם „ווײַניאַרד־טעאַטער‟, און דעם 22סטן דעצעמבער וועט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ אויפֿפֿירן „גאָט פֿון נקמה‟ אינעם אָריגינעלן ייִדיש, אונטער דער רעזשי פֿון עלינאָר ריסאַ.

די קאָנטראָווערסיעלע פּיעסע, וואָס ווײַזט ווי די טאָכטער פֿון אַ פֿרומען ייִדישן אַלפֿאָנס פֿאַרליבט זיך אין איינער פֿון די פּראָסטיטוטקעס אין זײַן בית־זונות, איז געווען די ערשטע אויף „בראָדוויי‟ צו ווײַזן אַ לעזבישן קוש. קיין גרויסן צימעס האָט מען ניט געמאַכט וועגן דעם אין דער ברייטערער געזעלשאַפֿט אין 1907, ווען די פּיעסע האָט דעבוטירט אויף ייִדיש אויפֿן „איסט־סײַד‟, אָבער ווען מע האָט פֿאָרגעשטעלט די פּיעסע אויף ענגליש אין 1923, האָבן די פּאָליציי עס פֿאַרשלאָסן צוליב איר כּלומרשטיק ניבֿול־פּה. די פּיעסע איז אויך באַקאַנט געוואָרן איבער אייראָפּע; אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות האָט מען אים פֿאָרגעשטעלט אויף איטאַליעניש, פּויליש, רוסיש און נאָרוועגיש.

די איצטיקע אַמביציעזע פּראָדוקציע, מיט אַן אַנסאַמבל פֿון עלף אַקטיאָרן, איז אויף אַפֿילו אַ גרעסערן מאָסשטאַב ווי די פֿאַראַיאָריקער פּראָדוקציע פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, וואָס האָט אַרויסגערופֿן זייער פּאָזיטיווע רעצענזיעס. עלינאָר ריסאַ, אַ באַקאַנטע אַטקריסע און זינגערין, וואָס שפּילט יאָרן לאַנג סײַ אויף „בראָדוויי‟, סײַ אויף דער ייִדישער בינע, וועט אחוץ רעזשיסירן די פּיעסע, שפּילן די ראָלע פֿון שׂרה, די פֿרוי פֿונעם באַלעבאָס פֿונעם שאַנדהויז, יעקל טשאַפּטשאַוויטש (געשפּילט פֿון שיין בייקער). דוד מאַנדעלבאַום, דער דירעקטאָר פֿונעם „ניו־ייִדיש רעפּ‟ וועט שפּילן די ראָלע פֿונעם שדכן ר׳ אלי, און קאַראַיִד אָ’ברײַען, אַן אירישע אַקטריסע און ייִדיש־קענערין, וואָס האָט אַליין איבערגעזעצט „גאָט פֿון נקמה‟ אויף ענגליש, וועט שפּילן די ראָלע פֿון דער עלטסטער פּראָסטיטוטקע, הינדל. מלכּה ווײַס, אַ געוועזענע חסידישע פֿרוי וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר ראָלע ווי דזשוליעט אינעם פֿילם „ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש‟ וועט שפּילן די ראָלע פֿון די יונגע פּראָסטיטוטקע מאַנקע, וואָס פֿאַרליבט זיך אין רבֿקהלע (געשפּילט פֿון שיינע שמיט), די יונגע טאָכטער פֿונעם אַלפֿאָנס, יעקל.

עס וועלן אויך אָנטייל נעמען אינעם אַנסאַמבל מירע קעסלער, אַ יונגע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטריסע; אלעזר (לוזער) טווערסקי, אַ געוועזענער חסיד און אַקטיאָר וואָס האָט לעצטנס געשפּילט די ראָלע פֿון שלום, דער מאַן פֿון מיירע אינעם קאַנאַדער פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟; רייטשל באָטשאַן, וואָס האָט געשפּילט אין עטלעכע פּראָדוציקעס מיט דער „פֿאָלקסבינע‟; אלי ראָזענבלו, אַ געוועזענער חסיד און אַקטיאָר וואָס האָט לעצטנס אָנטייל גענומען אין אַ טעאַטער־וואַרשטאַט פֿון מילענאַ אַיאַש קאַרטאָווסקי; און די אַקטריסע און זינגערין עמי קאָלמאַן, וואָס האָט מיט־געגרינדעט דעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ מיט איר מאַן דוד מאַנדעלבאַום.

„גאָט פֿון נקמה‟ וועט מען פֿאָרשטעלן בײַם טעאַטער „לאַ מאַמאַ‟ אויף דער פֿערטער גאַס אין מאַנהעטן, פֿונעם 22סטן דעצעמבער ביזן 22סטן יאַנואַר. בילעטן קען מען קויפֿן פֿון פֿריִער דאָ: //www.brownpapertickets.com/event/2641837.