דורכבלעטערנדיק לעצטנס אַן אַלט ייִדיש ביכל, וואָס שטייט שוין יאָרן לאַנג צווישן די הונדערטער ביכער אויף מײַנע פּאָליצעס, האָב איך אַנטדעקט אַ קסעראָקס־קאָפּיע פֿון אַ בריוו וואָס מײַן טאַטע האָט אויסגעקלאַפּט אין 1963 צו מיר און מײַנע שוועסטער. איך בין דעמאָלט געווען פֿינף יאָר אַלט; מײַן שוועסטער גיטל — פֿיר, און איידל — איין יאָר אַלט. אונדזער ברודערל, בנימין, איז נאָך נישט געווען אויף דער וועלט. אינעם בריוו שטייט אַזוי:
דעם 13טן מאַרץ 1963
ליבע שׂרה־רחלע, דאָבע־גיטעלע, פֿרומעט־איידעלע,
דיך און דיך און דיך וויל איך בעטן צו גיין אין דײַן טאַטנס וועגן פּונקט ווי דײַן טאַטע איז געגאַנגען אין זײַן טאַטנס (אין אײַער זיידנס) וועגן:
ליב האָבן — ניט בלויז מיט רייד, נאָר טאַקע מיט מעשׂים — ייִדן, ייִדיש, ייִדישקייט. רעדן (און איבערשרײַבן זיך) ייִדיש צישן זיך און מיט ייִדן, וואָס קענען ייִדיש. ניט מורא האָבן פֿאַרן זײַן אַ מיעוט און ניט נאָכטאָן קאָנפֿאָרמיסטיש דאָס וואָס אַנדערע טוען; פֿירן זיך ייִדישלעך, האַלטן ייִדישע מנהגים, פּראַווען שבת און יום־טובֿ, חתונה האָבן אויף אַ ייִדישלעכן שטייגער.
זײַן געטרײַ דעם ייִדישן פֿאָלק, דעם פּשוטן מענטש, דעם געשלאָגענעם און דעם געדריקטן. זײַן פּשוט, אָרנטלעך, באַגלייבט, פּינקטלעך. ניט לעבן בלויז פֿאַר זיך; אין זינען האָבן, אַז מ׳איז אַ טייל פֿון אַ גרויסער מישפּחה — ס׳ייִדישע פֿאָלק — און פֿון נאָך אַ גרעסערער — דער מענטשלעכער מין. ניט וואַרטן ביז יענער וועט אָנהייבן טאָן אַ גוטע זאַך, נאָר אַליין זיך נעמען דערצו, גלײַך ווי די גאַנצע אַרבעט וואָלט געוואַרט דו זאָלסט זי טאָן. ניט מאַכן קיין חילוק צישן אָרעם און רײַך, צישן ווײַס און קאָלירט, צישן געלערנט און ניט־געלערנט, צישן ייִד און ניט־ייִד (אָבער ניט אויפֿן חשבון פֿון ייִדישן אַנדערשקייט).
אַ כּלל, זײַ אַ מענטש און אַ גוטער ייִד!
אײַער
טאַטע
כ׳האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דעם בריוו, ווײַל דאָס איז שוין דער צווייטער „גרוס‟ וואָס איך האָב הײַיאָר באַקומען פֿונעם טאַטן. דעם ערשטן האָב איך געקריגן אין מאַרץ, אַ דאַנק מײַן געוועזענעם מיטקעמפּער פֿון „קעמפּ המשך‟, אַבֿרהם קירשנבלאַט. אַבֿרהם האָט מיר איבערגעשיקט אַ פּאָסטקאַרטל וואָס מײַן טאַטן האָט געשריבן צו זײַן מאַמע אילאַנע אין 1966, פֿאַרבעטנדיק זי צו אונדז צו גאַסט, אַ יאָר נאָך איר מאַנס פּטירה.
יעדעס מאָל וואָס איך לייען פּערזענלעכע בריוו פֿון מײַן טאַטן, דערוויס איך זיך עפּעס נײַס וועגן אים, און עס גלוסט זיך מיר צו ווײַזן דעם בריוו מײַנע קינדער, כּדי זיי זאָלן קריגן אַ בעסער בילד פֿון זייער זיידן, וואָס זיי האָבן געקענט נאָר פֿון אַ קינדישן קוקווינקל.
העלען פּאַלאָגע, אַ קאַנאַדע־געבוירענע אײַנוווינערין פֿון חיפֿה, האָט אויך געפֿונען אַזאַ „אוצר‟ בײַ זיך אין שטוב, ווי זי דערציילט רבֿקה־מירע קאַן אינעם איצטיקן נומער „פֿאָרווערטס‟. אָבער אין איר פֿאַל איז עס נישט געווען אַ פּאָסטקאַרטל, נאָר אַ גאַנץ טאָגביכל, וואָס איר טאַטע, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט אָנגעשריבן אין 1950, פֿאָרנדיק אויף דער באַן פֿון פּאַריז קיין נעאַפּאָל.
הגם העלען האָט שוין יאָרן לאַנג נישט געלייענט אָדער גערעדט קיין ייִדיש האָט זי איבערגעלייענט דאָס גאַנצע טאָגבוך, און נאָך מער: זיך אָנגעגאַרטלט מיט ייִדישע ווערטערביכער און איבערגעזעצט דעם גאַנצן כּתבֿ־יד אויף ענגליש, כּדי אירע דרײַ דערוואַקסענע קינדער, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, זאָלן זיך דערוויסן מער וועגן זייער זיידן און בפֿרט וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ קינד אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן.
לעצטנס באַקום איך און אַנדערע ייִדיש־קענער אַ שלל מיט בקשות פֿון פֿרײַנד, שכנים, מיטאַרבעטער און סתּם פֿרעמדע לײַט, בעטנדיק אַן איבערזעצונג פֿון אַ האַנט־געשריבענעם ייִדישן בריוו, אָדער פּעקל בריוו, וואָס אַ באָבע, עלטער־פֿעטער אָדער אַנדערער פֿאַרשטאָרבענער קרובֿ האָט מיט יאָרן צוריק אָנגעשריבן, אָבער קיינער אין דער משפּחה קען נישט גענוג ייִדיש עס איבערצולייענען.
אַפֿילו אויב די בריוו דערציילן נישט קיין גרויסע משפּחה־סודות, זענען זיי פֿאָרט אינטערעסאַנט ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס גיבן איבער בלויז דעם אויסזען פֿון אַ מענטשן, גיט אַ בריוו אָדער טאָגבוך איבער זײַנע אָדער אירע געדאַנקען און געפֿילן, און גיבן אויך אָנצוהערעניש וועגן געוויסע שפּאַנונגען אין דער משפּחה ווי, למשל, אַ מאַמע וואָס פֿרעגט איר טאָכטער פֿאַר וואָס זי שרײַבט אַזוי זעלטן בריוו צון איר.
דאָס איבערגעבן אַלטע משפּחה־בריוו פֿאַר די קינדער און אייניקלעך — אָדער דאָס איבערזעצן זיי, ווי העלען האָט געטאָן — איז אַ זאַך, וואָס מיר מעגן אַלע אין זינען האָבן, ווען מיר געפֿינען אַזוינע אוצרות. אַ מאָל הער איך פֿון די ייִדן וואָס געפֿינען אַזוינע דאָקומענטן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי זיי איבערצוזעצן פֿאַר זייערע קינדער און פּלימעניקעס, ווײַל „זיי וועלן סײַ־ווי נישט זײַן פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ זאַך‟.
האָב איך אַ סוד פֿאַר אײַך: ס׳איז נישט אמת. אַ סך יונגע לײַט זענען הײַנט דווקא יאָ אינטערעסירט אין די פּרטים וועגן די פֿאַרגאַנגענע דורות. זיי האָבן ליב צו הערן די אַלטע משפּחה־נעמען, די אויסדרוקן וואָס מע פֿלעגט דעמאָלט ניצן (אַ סך פֿון די ייִדישע בריוושרײַבער אין יענע יאָרן האָבן אַרײַנגעמישט ענגלישע ווערטער און אידיאָמען אין זייערע שמועסן), און די פּשוטע טעמעס וואָס מענטשן פֿלעגן אַרומרעדן.
ספּעציעל הײַנט, ווען ס׳רובֿ פֿון אונדז קאָמוניקירן מערסטנס דורך בליצבריוו און טעקסטלעך, וואָס מע קען אָפּמעקן אין אַן אויגנבליק, איז אַ פֿאַרגעניגן צו קענען האַלטן אין דער האַנט אַ בריוו, אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק, וווּ אַפֿילו די פֿלעקן פֿון צײַט (אָדער פֿון דער קאַווע וואָס דער קרובֿ האָט דעמאָלט נישט־וועלנדיק אויסגעגאָסן) גיבן שיִער נישט דאָס געפֿיל, אַז יענער זיצט דאָ מיט אונדז בײַם טיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.