אַ פּאָסטקאַרטל פֿון מײַן טאַטן

A Postcard From My Father

מײַן טאַטנס בריוול, פֿונעם 27סטן אָקטאָבער 1966
מײַן טאַטנס בריוול, פֿונעם 27סטן אָקטאָבער 1966

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 11, 2016, issue of April 01, 2016.
אילאַנע קירשנבלאַט און איר זון, אַבֿרהם, יאַנואַר 2009
אילאַנע קירשנבלאַט און איר זון, אַבֿרהם, יאַנואַר 2009

מיט אַ חודש צוריק, פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, האָב איך פֿאַרן ליכט־בענטשן אָנגעצונדן אַ יזכּור־ליכט לכּבֿוד מײַן טאַטנס יאָרצײַט, כ״ז שבֿט, און ווי יעדעס יאָר — האָב איך אין שיל געזאָגט קדיש נאָך אים.

בשעת־מעשׂה איז מיר אָבער אײַנגעפֿאַלן, אַז זינט דער טאַטע איז אַוועק אין 2007, האָב איך שוין אָנגעהויבן פֿאַרגעסן אַ סך פּרטים וועגן אים: וואָס זענען געווען זײַנע באַליבטע ווערטלעך, זײַנע וויצן, זײַנע העוויות, אַפֿילו זײַן קול… עס העלפֿט, אַוודאי, צו געפֿינען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אים, וואָס איך האָב פֿריִער נישט געזען, אָדער צו הערן זײַן קול אויף אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס אַ ייִדישע אינסטיטוציע האָט אויפֿגעהאַלטן אָדער לעצטנס רעהאַביליטירט. מיר איז אָבער ליבער צו געפֿינען עפּעס פֿון אים, וואָס גיט איבער אַ שטריך, וואָס איך האָב פֿריִער נישט געזען.

נו, די וואָך האָב איך טאַקע באַקומען אַן ענטפֿער: אַן אַלטער פֿרײַנד, אַבֿרהם קירשנבלאַט, האָט מיר איבערגעשיקט דורך „פֿייסבוק‟ אַ בילד פֿון אַ פּאָסטקאַרטל, וואָס מײַן טאַטע האָט געהאַט געשיקט זײַן מאַמען, אילאַנע קירשנבלאַט, דאַטירט דעם 27סטן אָקטאָבער 1966. אַבֿרהמס מאַמעס איז ניפֿטר געוואָרן אין פֿעברואַר, און אַבֿרהם האָט געהאַלטן אין מיטן איבערקוקן אירע זאַכן, ווען ער האָט דאָס פּאָסטקאַרטל געפֿונען.

איך קען אַבֿרהם קירשנבלאַט נאָך פֿון די קינדעריאָרן. ערשטנס — פֿונעם בונדישן זומער־לאַגער „קעמפּ המשך‟, וווּ איך האָב יונגערהייט פֿאַרבראַכט נײַן וווּנדערלעכע זומערן. אַבֿרהם און איך זענען געווען אין די זעלבע יאָרן, האָבן מיר זיך אָפֿט באַטייליקט אין די זעלבע אַקטיוויטעטן. ווינטערצײַט האָבן מיר זיך יעדן זונטיק אין דער פֿרי געלערנט אין איין קלאַס אין דער פֿאַראייניקטער ייִדישער מיטלשול. צוליב דעם וואָס איך און מײַן שוועסטער, גיטל, זענען געקומען פֿון בראָנקס, און אַבֿרהם — פֿון ברוקלין, האָבן מיר זעלטן געהאַט אַ געלעגנהייט צו כאַפּן אַ שמועס; האָב איך טאַקע ווייניק געוווּסט וועגן אים.

זײַן מאַמע, אילאַנע, האָב איך יאָ געקענט. זי איז געווען איינע פֿון די „קעמפּמאַמעס‟, וואָס זייער אויפֿגאַבע איז געווען צוצוהעלפֿן די קינדער מיט פֿאַרשידענע זאַכן. למשל, אויב מע האָט געדאַרפֿט בײַם קינד צונייען אַ קנעפּל אויפֿן העמד; אָדער, להבֿדיל, אויב מע האָט געדאַרפֿט קאָנטראָלירן די קעפּלעך פֿון די קעמפּערס אין אַ געוויסן בײַדל, טאָמער האָט מען בײַ איינעם געפֿונען לײַז. אַ מאָל האָט מען צו דער „קעמפּמאַמע‟ געבראַכט אַ וויינענדיק קינד, וואָס האָט געבענקט אַהיים, כּדי זי זאָל אים געבן אַ גוט וואָרט און אַ גלעט אין בעקל. דערצו האָבן די „קעמפּמאַמעס‟ יעדן נאָכמיטאָג אויסגעטיילט מילך און קיכעלעך צו די קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס, אונטערן אַזוי־גערופֿענעם „מילכבוים‟.

צוליב דעם וואָס ס׳איז געווען זומערצײַט האָט אילאַנע תּמיד געטראָגן קורצע אַרבל, און דערפֿאַר האָט מען בולט געקענט זען די בלאָע ציפֿערן אײַנגעקריצט אין איר אָרעם. אין מײַן קינדערישער פֿאַנטאַזיע האָב איך זיך געפּרוּווט פֿאָרשטעלן ווער ווייסט וואָס פֿאַר אַ פּײַניקונגען זי האָט געמוזט לײַדן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער, אָבער זי האָט תּמיד אַזוי וואַרעם געשמייכלט צו מיר און צו די אַנדערע מענטשן אַרום איר, אַז איך האָב גלײַך פֿאַרגעסן אין יענע שרעקלעכע געדאַנקען.

ס׳איז מיר קיין מאָל נישט אַפֿילו אײַנגעפֿאַלן, אַז מײַן טאַטע האָט געהאַט אַ שײַכות מיט אילאַנע און איר מאַן, אליהו. יאָ, מײַן טאַטע האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון קעמפּ המשך — בפֿרט די וויכטיקע ראָלע, וואָס די ייִדישע שפּראַך און קולטור האָט דאָרט געשפּילט — אָבער איך האָב אים זעלטן געזען פֿאַרברענגען מיט די עלטערן פֿון מײַנע מיטקעמפּער. זיי באַגריסט אויף קולטורעלע אונטערנעמונגען — יאָ; רעקאָרדירט זייער לשון פֿאַרן „ייִדישער שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס‟ — יאָ; פֿאַרבעטן זייערע קינדער צו גיין מיט אונדז אויף שבתדיקע שפּאַצירן אין וואַלד — יאָ; אָבער ממש פֿאַרברענגען מיט זיי אַ נאָכמיטאָג אָדער אַן אָוונט געדענק איך בכלל נישט.

לייענענדיק דאָס פּאָסטקאַרטל, האָב איך אײַנגעזען, אַז — לכל הפּחות, וואָס שייך די קירשנבלאַטס — האָט דער טאַטע דווקא יאָ געוואָלט זייער געזעלשאַפֿט. דעם בריוו האָט ער אָנגעשריבן אַ יאָר נאָך אליהוס פּטירה, נאָך דעם ווי זי האָט אים, אַ פּנים, פֿאַרבעטן אויף איר מאַנס מצבֿה־אויפֿדעקונג. אָט איז דער טעקסט פֿונעם בריוו:

ליבע חבֿרטע קירשנבלאַט,

סע אַרט מיך אויף אַן אמת וואָס כ׳ל ניט קענען זײַן בײַ דער מצבֿה־אויפֿדעקונג. איך בין אַ פּראָפֿעסאָר אין ייִדישן לערער־סעמינאַר און האָב קלאַסן אַלע זונטיק פֿון 11 ביז 2:30. כ׳האָב זייער געוואָלט קומען — כ׳האָב קירשנבלאַטן זייער ליב געהאַט.

וואָס מאַכט איר עפּעס גוטס? וואָלט איר אין אַ שבת צו נאַכטס אָדער אַ זונטיק אויף דער נאַכט זיך געוואָלט „אַריבערכאַפּן‟ צון אונדז? מיר האָבן אײַך נאָך פֿאַר אַ יאָרן פֿאַבעטן, איר האָט אָבער דעמאָלט נישט געהאַט דאָס געמיט. אפֿשר הײַיאָר יאָ? אונדזער טעלעפֿאָן: 231-7905.

און איצט קומט מיר אויפֿן זינען אַז שבת בײַ טאָג וואָלט נאָך בעסער געווען מיר זאָלן זיך צונויפֿקומען, וואָלטן די קינדער געקענט פֿאַרברענגען.

איך און מײַן פֿרוי ווינטשן אײַך אַל דאָס גוטס,

אײַער
מרדכי שעכטער

די וואַרעמקייט, וואָס מײַן טאַטע דריקט דאָ אויס צו אילאַנען, און דער זאָג „כ׳האָב קירשנבלאַטן זייער ליב געהאַט‟ האָט מיך שטאַרק גערירט, ווײַל ווי עס זעט אויס, קומט עס טאַקע פֿון האַרצן. פֿאַר וואָס ער האָט אים אַזוי ליב געהאַט ווייס איך נישט, און אַבֿרהם אויך נישט, כאָטש אַבֿרהם געדענקט יאָ, אַז זײַן טאַטע פֿלעגט אָפֿט מאָל נאָך דער אַרבעט (ער איז געווען אַ בוכהאַלטער פֿאַר דער גרויסער קליידער־יוניאָן, ILGWU) פֿאָרן אין ייִדישן לערער־סעמינאַר זיך לערנען. אין סעמינאַר האָט מען געגעבן קורסן אין ייִדישער ליטעראַטור, געשיכטע, תּנ״ך און פּעדאַגאָגיק. ס׳רובֿ סטודענטן האָבן זיך דאָרט געלערנט, כּדי צו קריגן אַ דיפּלאָם, נאָר בײַ אליהו קירשנבלאַט איז עס געווען סתּם לשמה.

און דאָס האָט מסתּמא געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אויף מײַן טאַטן. ער האָט פֿאַרשטאַנען, וואָס דאָס הייסט צו זײַן אַן אויטאָדידאַקט. אַ סך מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זענען צווישן די וועלט־מלחמות געווען אַזוי אָרעם, אַז זיי האָבן יונגערהייט שוין געמוזט גיין אַרבעטן, כּדי צוצוגעבן פּרנסה אין שטוב, האָבן זיי אין אוניווערסיטעט נישט געקענט לערנען. אין אַנדערע אומשטאַנדן, וואָלטן זיי זיכער יאָ אַוועק אין אוניווערסיטעט און געקאָנט דערגרייכן אַ סך מער אינעם לעבן.

אַבֿרהמס געפֿינס איז פֿאַר מיר אַ סימן, אַז דער טאַטע, וואָס זיצט אין גן־עדן און אַרבעט ווײַטער אויף זײַנע אינדעקס־קאַרטלעך, האָט אפֿשר רחמנות געהאַט אויף מיר, וואָס מײַנע זכרונות פֿון אים הייבן אָן צו ווערן אַ ביסל נעפּלדיק. דאַכט זיך מיר, דאָס פּאָסטקאַרטל איז נישט בלויז געווען פֿאַר אילאַנען, נאָר פֿאַר מיר אויך.