הגם דער שבת דאַרף זײַן אַ טאָג פֿון רו, באַקלאָגן זיך די שכנים פֿון אַ סאַטמערער שיל אין ברוקלין, אַז די שאַרפֿע סירענע וואָס די שיל לאָזט אַרויס יעדן ערבֿ־שבת ברענגט ווײַט נישט אַרײַן קיין מנוחה.
„נאָכן הערן די סירענע הערט מיר נישט אויף צו קלינגט אין די אויערן און צוויי טעג לאַנג טוט מיר וויי דער קאָפּ,‟ האָט אַהרן גראַובאַרט, וועלכער וווינט אין שכנות צו דער שיל „בית יעקבֿ נחמיה ד׳סטמאר‟ אין בעדפֿאָרד־סטײַוועסאַנט, איבערגעגעבן דער נײַעס־וועבזײַט Gothamist. „איך אַרבעט געוויינטלעך בײַ מיר אין שטוב אָבער איצט מוז איך יעדן פֿרײַטיק פֿאַרלאָזן די דירה, כּדי צו אַנטלויפֿן פֿון דעם קלאַנג.‟
בײַ געוויסע פֿרומע ייִדן איז די סירענע יעדן פֿרײַטיק נאָך מיטאָג וויכטיק ווײַל עס דערמאָנט זיי, אַז דער שבת רוקט זיך אָן; אַז מע דאַרף אָפּלאָזן די וואָכעדיקע אַרבעט און זיך אומקערן אַהיים. אָבער אַ צאָל אײַנוווינער פֿון דער געגנט האָבן געזאָגט דעם Gothamist אַז דאָס איז נישט קיין געוויינטלעכער אַלאַרם, ווײַל דער קלאַנג דערגרייכט 106 דעציבעלן — פּונקט אַזוי הויך ווי ווען מע שטייט לעבן אַ מאָטאָרזעג (chainsaw, בלע״ז), און ממשותדיק העכער ווי דער דערלויבטער ניוואָ פֿון טומל לויט די שטאָטישע געזעצן.
איין אײַנוווינער, ריטשאַרד פּריטשאַרד, האָט חושד געווען אַ בייזע כּוונה מצד דער שיל אין שײַכות מיט דעם שאַרפֿן קלאַנג. „מיר דאַכט זיך, אַז זיי ווילן אונדז פֿאַרטרײַבן פֿון דער געגנט,‟ האָט ער געזאָגט. טאַקע דערפֿאַר האָט ער אין אויגוסט אַרײַנגעגעבן אַ פֿאָרמעלן אָנקלאָג דעם שטאָטישן דעפּאַרטאַמענט פֿון דער סבֿיבֿה־באַשיצונג. „עס שאַפֿט אַ געפֿיל, אַז מע וויל אונדז פֿאַרטרײַבן פֿון אונדזערע היימען.‟
במשך פֿון עטלעכע וואָכן האָט דער דעפּאַרטאַמענט פֿון סבֿיבֿה־באַשיצונג געשיקט אויספֿאָרשער צו דער געגנט לעבן דער שיל. נאָכן מאַכן טעסטן האָבן זיי דערקלערט אַז דער קלאַנג איז טאַקע העכער ווי די דערלויבטע צאָל דעציבעלן. די שטאָט האָט באַשטימט אַ דאַטע אין נאָוועמבער ווען מע וועט דעם ענין ברענגען אין געריכט, וואָס קאָן דערפֿירן צו דעם אַז די שיל וועט דאַרפֿן באַצאָלט אַ שטראָף צוליב איר סירענע.
פּריטשאַרד האָט לכתּחילה געפּרוּווט זיך אַליין פֿאַרבינדן מיט דער שיל. ער איז אַרײַן אינעם בנין און געבעטן אַ זיצונג מיטן הויפּט־רבֿ, אַ זאַך וואָס איז נאָך אַלץ נישט מקוים געוואָרן. דערווײַל האָט פּריטשאַרד בדעה, אין איינעם מיט אַנדערע באַזאָרגטע אײַנוווינער, אַרומצושיקן אַ פּעטיציע קעגן דעם שאַרפֿן קלאַנג.
לויט דער Gothamist, זאָרגן זיך די אײַנוווינער, אַז אַפֿילו אַ שטראָף פֿון דער שטאָט וועט נישט אָפּשטעלן דעם שרײַיִקן טומל יעדן ערבֿ־שבת. „זיי וועלן מסתּמא פּשוט באַצאָלן דאָס שטראָפֿגעלט און סײַ־ווי ממשיך זײַן די סירענע,‟ האָט גראַובאַרט דערקלערט.
„עס דאַכט זיך, ווי מע נעמט בײַ אונדז צו דאָס רעכט צו וווינען דאָ אומגעשטערט,‟ האָט פּריטשאַרד געזאָגט. „ס׳איז שרעקלעך צו וויסן אַז אונדזער געזונט איז בײַ זיי נישט קיין וויכטיקער ענין.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.