סמיכה צוריגעצויגן בײַ ישׂראלדיקן רבֿ באַשולדיקט אין סעקסועלער באַלעסטיקונג

Israeli Rabbi Accused of Sexual Misconduct Stripped of Ordination


פֿון ייִט״אַ

Published October 30, 2016, issue of November 23, 2016.

ירושלים. — דער „רבנותּ“ („הרבנות הראשית לישראל“) האָט לעצטנס צוגענומען די סמיכה בײַ אַ רבֿ וואָס מע האָט באַשולדיקט אין סעקסועלער באַלעסטיקונג און אַנדערע מינים אומפּאַסיקן סעקסועלן אויפֿפֿיר.

אַזאַנס געשעט צום סאַמע ערשטן מאָל, לויטן ישׂראלישן נײַעס־קאַנאַל 2, וואָס האָט וועגן דעם געמאָלדן דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק. די נײַעס־סטאַנציע האָט נישט אָנגערופֿן דעם רבֿ בײַם נאָמען, נאָר ער פֿירט אָן מיט אַ רבנים־ראָט אין אַ צפֿון־ישׂראלישער שטאָט.

עטלעכע פֿרויען האָבן געטענהט, אַז דער רבֿ האָט זיי באַלעסטיקט, כאָטש די פּאָליציי האָט אָפּגעשטעלט די אויספֿאָרשונגען קעגן אים, צוליב אַ דוחק פֿון באַווײַזן.

מע האָט אויך באַשולדיקט דעם רבֿ אין פֿירן אַ לינקע ליבע. ווידעאָ־פֿראַגמענטן פֿון אַ געשלאָסענער זיכערהייט־קאַמערע, וואָס מע האָט בשתּיקה צוגעשיקט דעם רבנותּ, ווײַזן ווי דער רבֿ קושט און נעמט אַרום אַ פֿרוי וואָס איז נישט זײַן ווײַב.

דער רבנותּ האָט דערקלערט אַז ער ציט צוריק דעם רבֿס סמיכה צוליב זײַנע אַקציעס, וואָס אַ פֿאָרשטייער האָט באַצייכנט ווי „אַן אויפֿפֿיר וואָס פּאַסט נישט פֿאַר אַ רבֿ אין ישׂראל“. דערצו האָט מען אים אויך באַזײַטיקט פֿון זײַן פּאָזיציע. לויטן קאַנאַל 2 האָט די דיסציפּלינאַרע קאָמיסיע בײַם רבנותּ שוין געפֿאָרשט דעם פֿאַל במשך פֿון עטלעכע יאָר.

דעם רבֿס אַדוואָקאַט האָט געזאָגט דעם קאַנאַל 2, אַז זײַן קליענט וועט אַפּעלירן דעם באַשלוס, און קלערט אַפֿילו צו לאָדן דעם רבנותּ אין קאַליע מאַכן דעם רבֿס רעפּוטאַציע.