ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw

די פּויליש־ייִדישע אַקטריסע, נאָראַ ניי
די פּויליש־ייִדישע אַקטריסע, נאָראַ ניי

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published October 31, 2016, issue of November 23, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נײַע גאַס לזכּרון פּויליש־ייִדישער אַקטריסע נאָראַ ניי

די שטאָט ביאַליסטאָק, אין מזרח־פּוילן, האָט בדעה צו בויען אַ נײַע גאַס לעבן דעם ביאַליסטאָקער אוניווערסיטעט. די נײַע גאַס וועט הייסן די „נאָראַ ניי גאַס״.

ווער איז אַזוינס געווען נאָראַ ניי? זי איז אייגנטלעך סאָפֿיע ניימאַן, אַ פּויליש־ייִדישע אַקטריסע געבוירן אין דער ביאַליסטאָקער געגנט אין יאָר 1906.

ניי איז געווען אַ שטערן פֿון די פּּוילישע שטומפֿילמען. ווי סע פּּאַסט פֿאר אַ פֿילם־שטערן האָט זי חתונה געהאַט נישט איין מאָל, נישט צוויי מאָל, נישט דרײַ מאָל, נאָר גאַנצע פֿיר מאָל.

איינער פֿון אירע מענער איז געווען סעווערין שטיינװוּרצל. און ווער איז געווען סעווערין שטיינװוּרצל? ער איז געווען איינער פֿון די בעסטע קאַמערע־אָפּעראַטאָרן אין פֿאַרמלחמהדיקן פּּוילן.

ווי מיר ווייסן, האָט דער ייִדישער אַמעריקאַנער פּראָדוצענט יוסף גרין געמאַכט עטלעכע פֿילמען אין פּוילן ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער באַקאַנטסטער צווישן זיי איז מסתּמא „ייִדל מיטן פֿידל‟ וווּ מאָלי פּיקאָן האָט געשפּילט די הויפּטראָלע.

מסתּמא איז דער לעצטער פֿילם וואָס גרין האָט געמאַכט אין פּוילן און אַמעריקע פֿאַר דער מלחמה געווען „אַ בריוועלע דער מאַמען‟. סעווערין שטיינװוּרצל איז געווען דער פֿילם־אָפּעראַטאָר.

ביידע, אַגבֿ, סײַ ניי סײַ שטיינװוּּרצל, האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. נאָראַ ניי האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע וווּ זי איז געשטאָרבן אין יאָר 2003 אין עלטער פֿון 97 יאָר.

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אין אַמעריקע ווייסט כּמעט קיינער ניט ווער ס’איז געווען אַזוינס נאָראַ ניי. אין פּוילן אָבער קענען אַ סך קינאָ־ליבהאָבערס יאָ דעם נאָמען נאָראַ ניי, מסתּמא ווײַל אירע פֿילמען, סײַ די שטומפֿילמען סײַ די קלאַנגפֿילמען, זענען באַקאַנט און באַליבט בײַם עולם ביזן הײַנטיקן טאָג.


אַ סך גרײַזן אין העברעיִשן אויסלייג אויף דער װעבזײַט פֿונעם ייִדישן מוזיי אין װאַרשע

די בשותּפֿותדיקע פּראָגרעסיווע קהילה פון גדאַנסק, גדיניע און צאָפּאָט האָט נאָר וואָס באַקומען אַ ספֿר־תּורה.

נו, פֿאַרשטייט זיך, אַז די שׂמחה בײַ זיי איז גרויס. די וועבזײַט פֿונעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע דערציילט וועגן דער שׂמחה, ווי זײַן מינהג איז, אין עטלעכע שפּראַכן, צווישן זיי — העברעיִש. אַז מען לייענט אָבער דעם העברעיִשן טעקסט פֿילט מען זיך, ווי זאָל איך זאָגן, אַ ביסל אומבאַקוועם.

ראשית־כּל, דאַרף מען שרײַבן אויף העברעיִש „גדנסק‟ (גדאַנסק) און נישט „גדיינסק‟.

דער אַרטיקל גיט אונדז צו פֿאַרשטיין אַז די פּראָגרעסיווע שיל איז אַ „טרוימיאַסטו‟ שיל. ווען איך קען נישט קיין פּויליש וואָלט איך בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס מיינט. „טרוימיאַסטו‟ מיינט אויף פּויליש דרײַ שטעט. גדאַנסק, גדיניע און צאָפּאָט זענען, קען מען זאָגן, איין מעטראָפּאליע. דרײַ שטעט אויף העברעיִש איז פּראָסט־פּשוט „שלושת הערים‟ און נישט „טרוימיאסטו‟. דאַרף מען שרײַבן וועגן „שלושת הערים‟, דאָס הייסט — די דרײַ שטעט און שוין.

אַנדערע אַרטיקלען אױף דער וועבזײַט זענען אויך פּראָבלעמאַטיש. נעמט, למשל, אַן אַרטיקל וועגן דעם ישׂראלדיקן שרײַבער עמוס עוז (אָז). עוז איז שוין עטלעכע מאָל געקומען קיין פּוילן.

לאָמיר אָנהייבן מיטן נאָמען. עמוס שטייט דאָרט געשריבן מיט אַן אלף: אמוס. הייסט עס, אַז דער איבערזעצער האָט שוין לאַנג נישט געעפֿנט דעם תּנ”ך וווּ עס איז דאָ אַ גאַנץ בוך געווידמעט דעם נבֿיא עמוס.

עמוס עוז פֿאַרגלײַכט אינעם אַרטיקל די פּאָלאַקן און די ישׂראלים. „מיר האָבן — זאָגט ער — אַ סך ענלעכקײטן.‟ די צרה איז אַז אויף העברעיִש שרײַבט מען „יש לנו‟ אָן אַן „אַלף‟: ל־נ־ו, נישט ל־א־נ־ו.

נאָך אַ פּרט אין שײַכות מיט דער וועבזײַט — „שטעלט זיך אין פֿארבינדונג‟, דאָס הייסט CONTACT US איז „צור קשר‟ און נישט „קשר צור‟, אָבער מילא…

דערלויבט מיר נאָך אַ קלייניקײט: די וועבזײַט הייסט אויף ענגליש VIRTUAL SHTETL און אויף העברעיִש — „שטעטל וירטואלי‟. העברעיִש האָט, ווי באַקאַנט, נאָר לשון זכר און לשון נקבֿה. פֿאַר וואָס איז „שטעטל‟ לשון נקבה און נישט לשון זכר אויף העברעיִש? מסתּמא ווייל דאָס העברעיִשע װאָרט פֿאַר „שטעטל‟ איז לשון נקבֿה.

הכּלל, דער ייִדישער מוזיי וואָלט געקאָנט זוכן אַ גרעסערן מבֿין אויף זײַנע פּויליש־העברעיִשע איבערזעצונגען.