ס’איז שוין אַריבער איין יאָר זינט דער זינגער, אַקטיאָר, יוניאָן־אַקטיוויסט און שלום־זוכער טעאָדאָר ביקעל איז ניפֿטר געוואָרן. ביקעל איז געווען פֿון די יחידי־סגולה כאַריזמאַטישע פֿיגורן, וואָס איז אין שטאַנד געווען צו פֿאַראייניקן און אינספּירירן מענטשן פֿון באמת כּלערליי תּחומים. כּדי צו באַצייכענען דעם אָנדעק פֿון דעם גרויסן געשטאַלט, האָבן זיך זײַן משפּחה אין איינעם מיט זײַנער אַ גרופּע פֿרײַנד, סײַ פֿון דער אַקטיוויסטישער וועלט סײַ פֿון דער מוזיקאַלישער, לעצטנס צונויפֿגעזאַמלט אין ניו־יאָרק אויף אַ ספּעציעלן אָוונט פֿון מוזיק, געלעכטער און זכרונות.
דער הויפּט־אָרגיניזאַטאָר פֿונעם אָוונט איז געווען די פּאָליטישע גרופּע Partners For a Progressive Israel [פּאַרטנערס פֿאַר אַ פּראָגרעסיוון ישׂראל], וואָס איז אַמאָל אָנגערופֿן געוואָרן „מר״צ USA‟; אַ לינקע ציוניסטישע גרופּע, וווּ ביקעל איז געווען טעטיק אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. זי האָט אויך לעצטנס געשטעלט אַ נײַע פֿונדאַציע פֿאַר שלום און סאָציאַלער גערעכטיקייט אויפֿן נאָמען פֿון ביקעל.
געבוירן אין עסטרײַך אין 1924, האָבן טעאָדאָר ביקעלס עלטערן אים אַ נאָמען געגעבן נאָכן גרינדער פֿון ציוניזם, טעאָדאָר הערצל. די יאָרן צווישן 1938 און 1945 האָט ביקעל פאַרבראַכט אין פּאַלעסטינע, און איז געווען זייער טעטיק אויף דער קליינער אַנטוויקלטער קולטור־וועלט בײַם ייִשובֿ. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאָרווערטס־אַסאָסיאַציע, שמואל נאָריך, האָט אויף זײַן רעדע באַטאָנט ביקעלס ציוניזם.
די רעדנערס האָבן דערמאָנט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ביקילס לעבן. אַ יוניאָן־פֿירער האָט דערמאָנט ביקעלס לאַנגיאָריקע טעטיקייט בײַם „אַקטיאָרן פֿאַראיין‟, וווּ ביקעל איז אויך געשטאַנען בראָש. דער אַנסאַמבל פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס האָט געשפּילט צוזאַמען מיט ביקעל אויף דער בראָדוויי־בינע, האָט זיך פֿאַראייניקט צו זינגען דאָס ליד „שבת תּפֿילה‟ פֿונעם באַקאַנטן מיוזיקל. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט ביקעל קאָמבינירט זײַן באַרימטקייט פֿון „פֿידלער‟ מיט זײַן אַקטיוויזם: ער האָט אָנטייל גענומען אין דער „פֿידלער אָן אַ דאַך‟ קאָמפּאַניע, װי אַ פּראָטעסט קעגן ישׂראלס פּאָליטיק קעגן אירע בעדויִנער בירגער אין נגבֿ.
אויפֿן ווידעאָ זאָגט ער מיט צער, ווי עס טוט אים וויי אַז די קינדסקינדער פֿון אַנאַטעווקע פֿאַרטרײַבן די ישׂראלדיקע בעדויִנער.
איך האָב געזען טעאָ צוויי מאָל אין מײַן לעבן. דאָס ערשטע מאָל — אויף אַן אויפֿטרעטונג אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ער האָט געזונגען פֿון זײַן רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער. איך געדענק, ווי ענזטוזיאַסטיש ער האָט זיך באַוועגט אויף דער בינע, כאָטש ער איז שוין געווען אין די 80ער.
דאָס צווייטע מאָל איז געווען אויף דער דזשיי־סטריט קאָנפֿערענץ אין װאַשינגטאָן אין 2012. וואָס שײַך ישׂראל, איז ביקעל דורכויס געבליבן אַ גלייביקער אין דער צוויי־מלוכישער לייזונג.
לאָרין סקלאַמבערג און פֿראַנק לאָנדאָן פֿון דער גרופּע „קלעזמאַטיקס‟ האָבן גערעדט וועגן ביקעלס משפּעידיקער ראָלע אין דער וועלט פֿון ייִדיש־זינגערײַ.
ביקעל, מיט זײַן טיפֿן קול, האָט זיך כּידוע באַרימט געמאַכט ווי אַן אויסגעצייכנטער פֿאַרטײַטשער פֿון דעם ייִדישן ליד, דורך זײַן זינגען, געוויינטלעך, צוויי־שפּראַכיקע ווערסיעס פֿון די לידער, וועלכע ביקעל פֿלעגט אַליין איבערזעצן. סקלאַמבערג האָט אויסגעקליבן צו זינגען דווקא דאָס ליד „זײַט געזונט‟ (ווערטער: ה. לייוויק, מוזיק: חווה אַלבערשטיין און די קלעזמאַטיקס), וואָס איז ביקעלן געווען ספּעציעל נאָענט צום האַרצן.
דער פֿאָלק־זינגער פּיטער יאַראָ — פֿון דער גרופּע „פּיטער, פּאָל און מערי‟ — האָט געזונגען צוויי לידער פֿון די 1960ער יאָרן: דאָס באַקאַנטע If I Had a Hammer [ווען איך וואָלט געהאַט אַ האַמער] און אַ ליד וואָס מע האָט געהאַט געזונגען אויפֿן מאַרש קיין וואַשינגטאָן. מע האָט אויך דערמאָנט, אַז ביקעל האָט מיטאָרגאַניזירט דעם ניו־פּאָרט פֿאָלק־פֿעסטיוואַל. אומגלייבלעך!
דער ישׂראלדיקער זינגער דייוויד בראָזאַ האָט דערציילט וועגן זײַנס און זײַן מאַמעס באַקאַנטשאַפֿט מיט טעאָ. ער האָט געזונגען ביקעלס העברעיִשן שלאַגער „ערבֿ שׁל שושנים‟, און זײַנס אַ ליד „יהיה טובֿ‟, וועגן דער שטרעבונג צום שלום.
דער טעטיקסטער אויפֿטרעטער אויפֿן אָוונט איז געווען דער ייִדישער זינגער, איבערזעצער און אַקטיאָר דניאל קאַהן. ער האָט ביקעלן אויך פּערזענלעך געקענט, און ביידע קינסטלער האָבן געשעפּט אינספּיראַציע איינער פֿונעם אַנדערן. קאַהן האָט געזונגען אַ פּאָר לידער, און האָט אָנגעפֿירט מיטן הויכפּונקט פֿונעם אָוונט, ווען אַלע אויפֿטרעטערס האָבן בײַם סוף פֿון קאָנצערט זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער בינע, כּדי צו זינגען אַ רירנדיקע ווערסיע פֿונעם ליד „שלום זאָל זײַן‟ (איבערגעשריבן אויפֿן סמך פֿון „שבת זאָל זײַן‟). ס’האָט מיטגעריסן דעם גאַנצן עולם, און מיך בתוכם, און אין גיכן האָט דער גאַנצער עולם לטובֿת טעאָ, און לטובֿת שלום אויף דער װעלט, מיטגעזונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.