אַזוי ווי די פֿאָריקע פּרשה, איז די הײַנטיקע סדרה פֿול מיט אוניווערסאַלע אַלמענטשלעכע מאָטיוון. די מעשׂה וועגן דעם מבול און מגדל־בבֿל איז איינע פֿון די באַקאַנטסטע תּנ״כישע געשיכטעס אין דער וועלט, פֿול מיט רײַכע סאָציאַלע, פּסיכאָלאָגישע און עטישע ענינים און רמזים, וואָס ווערן גאַנץ אַקטועל אין אונדזער תּקופֿה פֿון עקאָלאָגישע צרות און צווייפֿלהאַפֿטיקע עפֿעקטן פֿון דער גלאָבאַליזאַציע.
הגם דער באַשעפֿער האָט צוגעזאָגט נישט צו ברענגען אַן אַנדער וועלט־מבול, קאָן אַן אָרטיקע קאַטאַסטראָפֿע גורם זײַן, חלילה, טויזנטער קרבנות און אַ ריזיקן היזק. צווישן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע ייִדן און געוויסע וויסנשאַפֿטלעך־אָריענטירטע חרדישע דענקער, אַרײַנגערעכנט רבי אַריה קאַפּלאַן, דער באַרימטער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון קבלה און פֿון רבי נחמן בראַצלעווערס חסידישער שיטה, איז הײַנט פֿאַרשפּרייט די נטיה אָפּצוטײַטשן דעם מבול שלא־כּפּשוטו.
לויט אַריה קאַפּלאַנען, איז אָדם־הראשון געווען דער גרינדער פֿון אונדזער ציוויליזאַציע, אָבער נישט דער ערשטער מענטש אין דער גאַנצער וועלט. לויט זײַן טעאָריע, זענען אינעם מבול אומגעקומען בלויז אָדמס אייניקלעך, פֿון וועלכע עס שטאַמען אַלע שפּעטערדיקע הויפּט־העלדן אין דער תּורה, אַרײַנגערעכנט דאָס ייִדישע פֿאָלק. דעריבער, באַטראַכט די תּורה זייער אומקום ווי אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע. אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז זײַן אינטערפּרעטאַציע פֿאַרשוואַכט נישט דעם בוכשטעבלעכן לימוד פֿון דער מעשׂה. אַדרבה, עס באַקומט זיך, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אַז אַן אָרטיקע קאַטאַסטראָפֿע, ווי אַ רעזולטאַט פֿון רישעותדיקע באַציִונגען צו דעם מענטשן און דער נאַטור, קאָן האָבן גלאָבאַלע קאָנסעקווענצן פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט.
אַ ריי מפֿרשים דריקן אויס אַ פֿאַרקערטע נטיה, וואָס שייך דעם מגדל־בבֿל, און שילדערן דעם טורעם ווי אַ קאַטאַסטראָפֿישן גלאָבאַלן פּראָיעקט, וואָס דערמאָנט די הײַנטצײַטיקע וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנסטאַסטיק. לויט רש״י, האָבן די חז״ל שוין משער געווען, אַז דער טורעם האָט געקאָנט פֿליִען. רבי יצחק דמן עכּו האָט עס מיט 800 יאָר צוריק שוין באַשריבן ווי אַ מין קאָסמאָס־שיף. רבי יונתן אייבעשיץ, וועלכע האָט געלעבט מיט 300 יאָר צוריק און האָט זיך אינטערעסירט מיט די טעכנאָלאָגישע חידושים פֿון זײַן צײַט, האָט אין זײַן ספֿר „תּפֿארת יהונתן‟ אָנגעשריבט אַ פּירוש אויף אונדזער סדרה, וואָס לייענט זיך ממש ווי אַ פֿאַנטאַסטישע נאָוועלע. לויט זײַן מיינונג, האָבן די בויער פֿונעם מגדל־בבֿל זיך געקליבן צו שאַפֿן אַ ראַקעט, כּדי זיך אָפּצוראַטעווען פֿון אַ מעגלעכן נײַעם מבול אויף דער לבֿנה. דער טורעם האָט געזאָלט דינען וו אַ הויכער קאָסמאָדראָם.
פּונקט אַזוי ווי אינעם פֿאַל מיטן מבול, בלײַבט די מעשׂה אינגאַנצן רעלעוואַנט, צי מע זאָל אַסאָציִיִרן דעם מיסטעריעזן טורעם מיט די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיעס, וואָס אין די הענט פֿון רשעים קאָנען גורם זײַן ריזיקע גלאָבאַלע צרות, צי מע זאָל עס אָפּטײַטשן ווי אַ גרויסן און אַמביציעזן, אָבער פּשוטן בנין, ווי עס שטעלט זיך פֿאָר אויף זײַן באַקאַנט בילד דער פֿראַנצויזישער מאָלער גוסטאַוו דורע.
פּשוט צו נישט, קאָן אַ גענוג גרויסער פּראָיעקט, דורכגעפֿירט אונטער אַ שטרענגער צענטראַליזירטער מאַכט און מיט אימפּעריאַליסטישע כּוונות, צעשטערן דאָס מענטשלעכע אַחדות און גורם זײַן אַ מצבֿ, ווען געוועזענע ברידער הייבן זיך אָן קריגן און קאָנען נישט פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן. למשל, די הײַנטיקע גלאָבאַלע קאָרפּאָראַציעס פֿאַרשפּרייטן אַ געוויסן פֿאַלשן טעם פֿון אייניקייט. אין אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט באַווײַזן זיך געשעפֿטן, וואָס טראָגן די זעלבע ענגלישע נעמען, כאָטש — און ווי איראָניש איז עס! — זיי פֿאַרקויפֿן סחורה, וואָס קומט פֿון אַן אַנדער ריזיק קאָרפּאָראַטיוו לאַנד, כינע.
ווי אַ רעזולטאַט, שפּילן זיי אָבער אָפֿט אַ ראָלע אינעם פֿאַרשפּרייטן שׂינאה, אומיושר און אינעם שאַפֿן אַ מצבֿ, ווען אויף דער אָרטיקער טעלעוויזיע הייבט מען אָן רעקלאַמירן צווייפֿלהאַפֿטיקע סחורה אויף אַ מישמאַש פֿון שפּראַכן, וואָס פֿאַרן עלטערן דור קלינגט ווי אַ משונהדיק און פֿרעמד הענטשקע־לשון. אַנשטאָט אַחדות, באַקומט זיך טאַקע אַן אומגעזונטער קולטורעלער און סאָציאַלער בילבול.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז ביידע עיקר־מעשׂיות אין דער הײַנטיקער פּרשה לאָזן זיך אַלעמאָל אָפּגעטײַטש ווערן אויף נײַע אופֿנים, סײַ אויף אַ פֿאַנטאַסטישן אופֿן, סײַ ווי אַ גאַנץ אַקטועלע קריטיק פֿונעם טאָגטעגלעכן מצבֿ פֿון אונדזער אַרומיקן לעבן. אַזעלכע גשמיותדיקע פּשטלעך זענען אָבער בלויז דער אויסערלעכער שיכט איבער די טיפֿענישן פֿון פּנימיות־התּורה, די באַהאַלטענע רמזים און סודות, וואָס שטעקן אין אונדזער גאָר באַדײַטפֿולער פּרשה.
על־פּי חסידות, מיינט דאָס וואָרט „תּיבֿה‟ אויך אַ וואָרט. ווען מע דאַוונט מיט כּוונה, קאָנען מיר „אַרויפֿשווימען‟ מיט די ווערטער פֿון תּפֿילה פֿון דער גשמיותדיקער וועלט, וווּ מע קאָן דערטרונקען ווערן אינעם מבול פֿון שטענדיקע דאגות און טירחות. אינעם יסודותדיקן חב״ד־ספֿר „תּורה אור‟ און שפּעטערדיקע ווערק פֿונעם ליובאַוויטשער חסידות ווערט זייער שיין און פּרטימדיק דערקלערט, אַז נישט געקוקט אויף די חסרונות פֿון די טאָג־טעגלעכע עסקים, קאָן דער מבול פֿון גשמיות אונדז דווקא אַרויפֿפֿירן אויף העכערע מדרגות אין עבֿודת־השם.
ווי אַ תּיבֿה, וואָס דאָס וואַסער האָט אַרויפֿגעטראָגן איבער די העכסטע בערג, קאָנען מיר פֿאַרוואַנדלען די גשמיותדיקע טירחות אין אַ קוואַל פֿון רוחניות.
דווקא נאָכן מבול פֿון רוטין־דאגות, קאָנען מיר דערפֿילן אַ באַזונדער שטאַרקע התפּעלות און ציצי־כּוח צו דער גײַסטיקער וועלט, ווען מיר פֿאַרטיפֿן זיך אינעם דאַוונען און פֿאַרגעסן פֿון די טירחות. אַפֿילו ווען מע קערט זיך אום צוריק צו דער אַרבעט און אַנדערע נייטיקע געוויינטלעכע ענינים, בלײַבט אין דער נשמה דער נאָך־עפֿעקט פֿונעם גײַסטיקן אַרויפֿפֿלי — און וואָס שטאַרקער איז דער קאָנטראַסט צווישן דעם מבול און דער רויִקייט פֿון דער „תּיבֿה‟, אַלץ טיפֿער קאָן זײַן דער דאָזיקער עפֿעקט.
די תּורה דערציילט אונדז, אַז די אַנשי־דור־הפֿלגה האָט געוואָלט אויפֿשטעלן דעם ריזיקן טורעם ביזן הימל, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אַ נײַער מבול וועט זיי נישט שאַטן. עס טרעפֿן זיך גאָר פֿרומע ייִדן, וואָס מיינען, אַז זיי געפֿינען זיך אויף זייער אַ הויך אָרט, וווּ מע דאַרף זיך מער נישט זאָרגן צופֿיל וועגן דער עבֿודת־התּפֿילה און כּוונות פֿון מיצוות. ווען מע לערנט אַ גאַנצע גמרא אין אַ ישיבֿה צי אַ כּולל, אָן קיין זאָרגן וועגן פּרנסה און משפּחה־ענינים, מיט וועלכע עס פֿאַרנעמען זיך ווײַבער און שטוב־דינסטן, איז גענוג אָפּצודאַוונען אינגיכן, אָן קיין מיסטישע עבֿודות. אין דער אמתן, קאָן אַזאַ צוגאַנג צום לעבן ברענגען, אין אַ געוויסן זין, די זעלבע צרות, וואָס זענען געשען מיטן דור־הפֿלגה. מע קאָן ווערן אַ פֿאַרגרעבטער בעל־גאווה, וועלכער פֿאַרשטייט נישט דעם צווייטן און הייבט זיך אָן צו קריגן מיט די אַנדערע מענטשן, וואָס האָבן אַנדערע דעות און פֿירן אַן אַנדער לעבנס־שטייגער. אַפֿילו ווען מע רעדט אויף דער זעלבער שפּראַך, טשעפּען זיך אַזעלכע בעל־גאוות צו יעדן וואָרט, שאַפֿנדיק בילבולים און מחלוקתן. דער טעות באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס „שווימען‟ אינעם ים־התּלמוד קאָן גורם זײַן פּונקט דעם זעלבן אָדער ערגערן „מבול־עפֿעקט‟, ווי די בעל־הבתּישע טירחות־הפּרנסה. כּדי זיך צו ראַטעווען דערפֿון, דאַרפֿן מען לערנען די אינערלעכע אַספּעקטן פֿון דער תּורה און שטרעבן צו דאַוונען רויִק מיט כּוונה.
דער פֿאַרקערטער טעות באַשטייט אין דעם, וואָס געוויסע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער, וואָס ווייסן טעאָרעטיש, אַז די תּפֿילה דינט אַ רוחניותדיקע תּיבֿה, מיינען, אַז אַזעלכע הויכע ענינים האָבן געפּאַסט פֿאַר די אַמאָליקע גרויסע חסידים פֿון אַלטע דורות. אין דער הײַנטיקער תּקופֿה איז גענוג זיך בכלל אויפֿצופֿירן ווי אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר און געפֿינען צײַט פֿאַרן דאַוונען.
די תּורה זאָגט אונדז בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, אַז נח איז געווען אַ „איש צדיק תּמים בדורותיו‟ — אַ צדיק אין זײַנע דורות. רש״י ברענגט די דעה, אַז אינעם דור פֿון אַבֿרהם אָבֿינו וואָלט מען אים באַטראַכט ווי אַ קליינער מענטש. בלויז אין זײַן דור, ווען ער איז געווען אַרומגערינגלט מיט געפֿערלעכע רשעים, איז ער פֿאַררעכנט געוואָרן, אין פֿאַרגלײַך מיט זיי, ווי אַ צדיק.
פֿונדעסטוועגן, זעען מיר דאָך, אַז נחן האָט זיך אײַנגעגעבן זיך צו ראַטעווען פֿונעם מבול צוזאַמען מיט זײַן משפּחה און צו באַגרינדען די גאַנצע מענטשלעכע ציוויליזאַציע פֿון ס׳נײַ. צוליב דער תּיבֿה, איז ער אַרויסגעשוווּמען פֿונעם מבול און איז פֿאַקטיש געוואָרן אַ משיחישע פֿיגור פֿון זײַן צײַט. אינעם רוחניותדיקן זין מיינט, אַז ווען אַ פּשוטער מענטש קאָנצענטרירט זיך אויפֿן דאַוונען, קאָנען די תּפֿילה־ווערטער אים ראַטעווען אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן פֿון די טאָג־טעגלעכע טירחות, צוזאַמען מיט זײַנע בני־בית — אַבי מע זאָל זיך ערנסט באַציִען צו דער עבֿודת־התּפֿילה און שטרעבן זיך „אָנצוכאַפּן‟, ווי געהעריק, אין יעדן וואָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.