אין וואַרשע און לובלין — אַ ליכטשטראַל איבער די יאָרן

In Warsaw and Lublin, A Ray of Light Across Time

ברכה פֿינקעלשטיין און איר איבערזעצער, סלאַוועק נאָװאָדװאָרסקי (רעכטס) מיט יורעק סקאַרזשינסקי, איר טאַטנס אַמאָליקער שכן פֿונעם פּוילישן שטעטל אוכאַניע, אין זײַן הײַנטיקער שטוב אין וואַרשע
Max Hockley
ברכה פֿינקעלשטיין און איר איבערזעצער, סלאַוועק נאָװאָדװאָרסקי (רעכטס) מיט יורעק סקאַרזשינסקי, איר טאַטנס אַמאָליקער שכן פֿונעם פּוילישן שטעטל אוכאַניע, אין זײַן הײַנטיקער שטוב אין וואַרשע

פֿון ברכה פֿינקעלשטיין

Published November 03, 2016, issue of November 23, 2016.

יעזשע סקאַרזשינסקי האָט אַ האַלבע נאַכט נישט געקענט שלאָפֿן. אױפֿן קומעדיקן טאָג האָט ער זיך געדאַרפֿט טרעפֿן מיט דער טאָכטער און אײניקל פֿון אַ ייִד, װאָס פֿלעגט װױנען אין נאַכאַן (אוכאַניע), דעם דאָרף פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, און ס׳האָט זיך אים געשװינדלט פֿאַר די אױגן.

יעזשע, אָדער יורעק, ווי מע רופֿט אים — אַ פּױלישער קריסט, וואָס וווינט הײַנט אין וואַרשע — האָט זיך נישט אַדורכגערעדט מיט קײן אײן ייִד זינט יענעם טאָג, דעם 10טן יוני 1942, װען די דײַטשן און זײערע אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן צונױפֿגעטריבן 2,025 ייִדן אויפֿן אוכאַנישן מאַרק און זײ פֿאַרשיקט קײן סאָביבאָר, אַ טױטלאַגער אין לובלינער פּראָװינץ.

יורעק האָט געװוּסט, אַז די קרובֿים פֿון זײַן אַמאָליקן ייִדישן שכן, יאַנקל פֿינקעלשטיין, האָבן שטאַרק געװאָלט זיך באַקענען מיט אים. פֿון זײַן זײַט איז ער געװען איבעררראַשט. 74 יאָרן זענען שוין אַוועק זינט דער היטלערישער פֿאַרשיקונג, און ס׳איז אים געװען אַ חידוש װאָס עמעצער האָט בכלל איבערגעלעבט יענע דעפּאָרטאַציע.

אָבער יאַנקל פֿינקעלשטיין האָט עס יאָ איבערגעלעבט און וווינט הײַנט אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי. איך ווייס ווײַל איך בין די טאָכטער וואָס איז געקומען זיך טרעפֿן מיט יורעקן; איך מיט מײַן 28־יאָריקן זון, מאַקס.

די טרעפֿונג בײַ כעלמסקאַ 15 אין װאַרשע איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט. אַחוץ מאַקס מיט מיר, האָב איך אויך מיטגעבראַכט סלאַװאָמיר (סלאַוועק) נאָװאָדװאָרסקי, אַ פּאָלאַק וואָס איז געװאָרן אונדזער איבערזעצער אױף אַ משפּחה־אָפּשטאַם־װיזיט אין לובלין מיט צוויי טעג פֿאַר דעם. איידער איך האָב סלאַװעקן אָנגעקלונגען האָט ער יענעם טאָג שױן געהאַט אַן אַנדער התחײַבֿות, אָבער װען ער איז געװױר געװאָרן, אַז מיר פֿאָרן קײן אוכאַניע, האָט ער שיִער נישט געפּלאַצט פֿאַר פֿרײד.

װיאָלעטאַ װײמאַן — סלאַוועקס קאָלעגע בײַם „גראָדזקאַ גײט צענטער‟, אַ מלוכישע קולטור־אינסטיטוציע אין דער שטאָט לובלין — האָט מיט עטלעכע חדשים פֿריִער געהאַט אינטערװיויִרט יורעקן פֿאַר אַ ריזיקן בעל־פּה געשיכטע־פּראָיעקט וועגן די אַמאָליקע ייִדן אין לובלין, אין וועלכן מע האָט שוין רעקאָרדירט בערך 3,000 שעה פֿון זכרונות. יורעק, איצט 95 יאָר אַלט, האָט נישט נאָר דערצײלט וועגן זײַן יוגנט אין אוכאַניע און געשענקט זײַנע אײגענע צייכענונגען פֿון בערך 1942, נאָר ער האָט אױך געגעבן דעם „גראָדזקאַ־גייט צענטער‟ ממש די אײנציקע פֿאַראַנענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם דײַטשישן צוזאַמענטרײַבן פֿון די ייִדן אױפֿן נאַכאַנער מאַרק.

די דײַטשן טרײַבן צונויף די נאַכאַנער ייִדן אויפֿן מאַרקפּלאַץ דעם 10טן יוני 1942; פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון יורעק, נישט געקוקט אויפֿן באַפֿעל פֿון די דײַטשן נישט צו ניצן קיין פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן
Jerzy Skarzynski
די דײַטשן טרײַבן צונויף די נאַכאַנער ייִדן אויפֿן מאַרקפּלאַץ דעם 10טן יוני 1942; פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון יורעק, נישט געקוקט אויפֿן באַפֿעל פֿון די דײַטשן נישט צו ניצן קיין פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן

אײַנשטעלנדיק זיך דאָס לעבן — די דײַטשן האָבן פֿאַרווערט די פּאָליאַקן צו ניצן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטקעס — האָט יורעק, אַרױסקוקנדיק פֿון אַ קרעטשמע אױפֿן מאַרק, דעמאָלט אַראָפּגענומען צװײ פֿאָטאָגראַפֿיעס. ערגעץ דאָרט אין דער „אַנאַטעװקאַ‟ פֿון פֿאַרפֿאַלענע ייִדן און פֿערד־און־װאָגנס, געפֿינט זיך מײַן 18־יאָריקער טאַטע, זײַנע עלטערן און פֿיר שװעסטער. אַחוץ מײַן טאַטן איז כּמעט די גאַנצע משפּחה אומגעקומען אין סאָביבאָר.

אין אַפּריל 2016 האָט װיאָלעטאַ געװיזן יורעקס צװײ פֿאָטאָגראַפֿיעס צו זאָפֿיאַ דראַגאַן, די הױפּט־בילביאָטעקערין פֿון אוכאַניע. נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן פֿונעם דאָרפֿישן גלח, האָט זאָפֿיאַ געשאַפֿן אַ דענקמאָל אינעם ראָטהױז פֿון אוכאַניע. יורעקס פֿאָטאָגראַפֿיעס, זײַנע סקיצעס און אַ ביכל מיט זײַנע אַליין־געשאַפֿענע לידער, Śladem Serca, װאָס זאָפֿיאַ האָט אים געהאָלפֿן פּובליקירן, זײַנען די װיכטיקסטע עקספּאָנאַטן פֿון דער אױסשטעלונג.

מײַן טאַטע איז אָבער לכתּחילה נישט געװען צופֿרידן מיט אונדזער רײַזע קײן פּױלן. „ס׳איז אַן אַנטיסעמיטיש לאַנד,‟ האָט ער מיך געװאָרנט. „פֿאָרט נישט.‟

װי קען מײַן טאַטע טראַכטן אַנדערש װעגן אַ לאַנד װאָס האָט זיך באַטײליקט אין דעם נאַציסטישן געיעג נאָך ייִדן אין די בױדעמס און קעלערס איבער גאַנץ פּוילן? דער היסטאָריקער יאַן גראַבאָװסקי האָט אין זײַן בוך The Hunt for Jews: Betrayal and Murder in German-Occupied Poland (2013) טאקע געשריבן:

„מיר קענען זיך משער זײַן אַז די צאָל קרבנות פֿון אָט דעם געיעג נאָך די ייִדן האָט דערגרײכט 200,000 — און דאָס איז נאָר אין פּױלן,‟ האָט גראַבאָװסקי געשריבן. „לױט די ידיעות פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן די אָרטיקע ׳אַריער׳, די פּױלישע פּױערים, געטראָגן דעם גרעסטן טײל פֿון דעם אַחריות פֿאַר די ייִדנס אומגליק און פֿאַרן טױט פֿון זײערע קרובֿים. דערצו האָבן בערך 400,000 מיטגלידער פֿון דער Armia Krajowa [AK] — די געטרײַע אַנטיקאָמוניסטישער פּאַרטײ — געשפּילט אַ ראָלע אינעם מאָרד און מסירה פֿון די ייִדן. נאָך דער מלחמה האָבן עלעמענטן פון דער AK אויפֿגעהעצט פּאָגראָמען קעגן די לעבן געבליבענע אין די שטעטלעך איבער לובלין.‟

װען איך האָב מײַן טאַטן דערצײלט פֿון אונדזער קומעדיקער טרעפֿונג מיט יערזשע סקאַרזשינסקי, האָט ער זיך איבערגעשראָקן. ער האָט קײן מאָל נישט גערעדט מיט יערזשען, אָבער ער האָט געדענקט זײַן צונאָמען. „װי אַזױ ווייסן מיר, אַז ער איז נישט געװען מיט דער AK?‟ האָט דער טאַטע מיך געפֿרעגט אין אונדזער בײַנאַכטיקן „סקײַפּ‟־קלונג. „איך האָב זיך טאַקע געטראָפֿן מיט יורעקס מאַמע נאָך דער מלחמה. זי האָט נישט געװוּסט, װוּ אירע צװײ זין זײַנען אַהינגעקומען.‟ איז מײַן טאַטע במילא געקומען צום אויספֿיר, אַז די סקאַרזשינסקי־ברידער זײַנען געװען פֿאַרמישט מיטן AK.

װיאָלעטאַ, װעלכע האָט אָרגאַניזירט אונדזער צוזאַמענטרעף מיט יורעקן, האָט אונדז געזאָגט, אַז אין 1943, װען יורעק איז געװען 22 יאָר אַלט, האָבן די דײַטשן אים אַרױסגעשלעפּט פֿון אַ באַן און אים פֿאַרשיקט קײן בערלין אױף שקלאַפֿן־אַרבעט. װען יורעק איז נאָך דער מלחמה צוריקגעקומען קײן פּױלן, האָט ער זיך באַזעצט אין גדאַנסק — 400 מײַל פֿון אוכאַניע. ער האָט זײַנע עלטערן אײַנגערעדט צו װױנען דערבײַ. פֿון דעמאָלט אָן האָט קיינער פֿון זיי נישט אַרײַנגעטרעטן אין אוכאַניע.

װיאָלעטאַ װיל װײַטער אינטערװיויִרן יורעקן, ביז װאַנען זי װעט אױסגעפֿינען פֿאַר װאָס.

נאָכן דערלאַנגען טײ און געבעקס צום טיש, האָט יורעק מיר און מאַקסן געזאָגט: „אױב איך װעל רעדן מיט אײַער טאַטן װעלן מיר בײדע נאָר וויינען.‟ מאַקס האָט תּיכּף „געסקײַפּט‟ מײַן טאַטן. ט׳אָסטע! יאַנקל פֿינקעלשטײן און יורעק סקאַרזשינסקי שמועסן שוין אױף פּױליש.

״יורעק!״

״יאַנקל!״

די צוויי „ייִנגלעך‟ פֿון אוכאַניע האָבן אָנגעהויבן רעדן פֿון קלײניקײטן: געדענקסט די װאַסער־פּאָמפּע אינעם מאַרק? געדענקסט קיװע קלײַנער, דעם סאָדע־הענדלער? ער איז געװען דער קאָמישסטער מענטש אין אוכאַניע! און װאָס געדענקסטו וועגן סאַנאַ רױט, דעם קצבֿ? לאַקסמאַן דעם שוסטער? מלך ליפּשיץ דעם רבֿ? און דעם אַרומפֿאָרנדיקן אײער־הענדלער, דעם הױקער? װי אַזױ האָט ער געהײסן?

„דײַן מאַמע איז געװען מײַן לערערין,‟ האָט יאַנקל געזאָגט. „און דײַן טאַטע איז געװען אַ פֿעלדשער. ער האָט מיך געהײלט נאָך דעם, װאָס אַ פֿערד האָט מיר געקאָפּעט אין קאָפּ.‟

„דו געדענקסט מײַנע עלטערן!‟ האָט יורעק אויסגערופֿן.

„און דײַן טאַטע האָט געהאַט אַ לאַנגע באָרד!‟ האָט יאַנקל געזאָגט.

„יאָ!‟

יורעק, אַ געוועזענער נאַפֿט־אַפּאַראַטשיק אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, האָט געפֿרעגט מײַן טאַטן, אױב ער איז געװאָרן אַן „אַמעריקאַנסקער מיליאָנער‟. דער טאַטע האָט זיך צעלאַכט.

„Masz brata w Warszawie!‟ האָט יורעק געזאָגט. „דו האָסט אַ ברודער אין װאַרשע!‟

יורעק אין וואַרשע, און יאַנקל אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי, טיילן זיך מיט זייערע זכרונות פֿון זייערע קינדעריאָרן אין פֿאַרמלחמהדיקער אוכאַניע
Max Hockley
יורעק אין וואַרשע, און יאַנקל אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי, טיילן זיך מיט זייערע זכרונות פֿון זייערע קינדעריאָרן אין פֿאַרמלחמהדיקער אוכאַניע

דער „סקײַפּ‟־קלונג האָט זיך געענדיקט. מאַקס האָט אויף זײַן מאָבילקע אויסגעזוכט אַ בילד פֿון מײַן 92־יאָריקן טאַטן און עס געוויזן יורעקן. „ער זעט טאַקע אױס װי איך,‟ האָט דער אַלטער באַמערקט. ווען איך האָב שפּעטער גערעדט מיט מײַן טאַטן וועגן יענעם אָוונט, האָט ער געזאָגט: „יאָ, איך ווייס, איך האָב אַ ברודער אין װאַרשע!‟ ער האָט עס געזאָגט איראָניש, אָבער ער האָט פֿאָרט נישט געקענט באַהאַלטן זײַנע וואַרעמע געפֿילן פֿאַר יורעקן.

דערבײַ האָט ער מיט א זיפֿץ צוגעגעבן: „ס׳זענען נישט געװען גענוג יורעקס און סלאַװעקס און װיאָלעטאַס און זאָפֿיאַס.‟