מע וועט קענען מיטהאַלטן מיט די וואַל־רעזולטאַטן אויף ייִדיש

Follow the Election Results in Yiddish


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 03, 2016, issue of November 23, 2016.

דינסטיק, דעם 8טן נאָוועמבער, וועט דער „פֿאָרווערטס‟ במשך פֿונעם אָוונט מעלדן אויף ייִדיש די וואַל־רעזולטאַטן, באַגלייט מיט אַנאַליזן און די אָפּרופֿן פֿון די קאַנדידאַטן אַליין דורך אונדזערע „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־זײַטן.

מע וועט אָנהייבן דעקן די רעזולטאַטן ווען עס קומען אַרײַן די רעזולטאַטן פֿון די ערשטע אַנקעטעס וואָס מע וועט דורכפֿירן לעבן די שטים־בודקעס (אַרום 7 אַזייגער אויפֿן מיזרח־ברעג פֿון אַמעריקע) און מע וועט אָנגיין ביז אַ ביסל נאָך דעם וואָס הילערי קלינטאָן און דאָנאַלד טראַמפּ וועלן האַלטן זייערע אָננעם־ און אָפּטרעט־רעדעס.

די שיטה פֿון Livetweeting, דאָס הייסט פֿאַרשרײַבן נאָטיצן און קאָמענטאַרן אויף „טוויטער‟ וועגן אַ געשעעניש בעת עס קומט פֿאָר איז אַ פֿאַרשפּרייטער זשורנאַליסטישער מיטל שוין עטלעכע יאָר לאַנג. ס׳איז לעצטנס אויך געוואָרן פֿאַרשפּרייט בײַ די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, כּדי די וואָס קענען ניט קומען אויף דער קאָנפֿערענץ זאָלן קענען מיטהאַלטן מיט די דיסקוסיעס. דאָס וועט מסתּמא אָבער זײַן דער ערשטער פֿאַל פֿון „לײַווטוויטינג‟ פֿון די אַמעריקאַנער וואַל־רעזולטאַטן אויף ייִדיש. הייסט עס, אַז כאָטש צענדליקער טויזנטער צײַטשריפֿטן וועלן אַרויפֿשטעלן די לעצטע וואַל־רעזולטאַטן אויף זייערע „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־זײַטן, וועט „דער פֿאָרווערטס‟ זײַן דער איינציקער וואָס טוט עס אויף מאַמע־לשון.

ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס וועט זײַן אַ נײַע זאַך פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, איז עס אויך ניט אין גאַנצן קיין נײַע שיטה. אין די 1920ער ביז די 1950ער יאָרן, ווען דער ראַדיאָ איז געווען דער הויפּט־פֿאַרשפּרייטער פֿון די לעצטע ידיעות, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ טראַנסמיטירט די וואַל־רעזולטאַטן אויף זײַן ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD. נאָך מער ענלעך צו „טוויטער‟ איז געווען דער צײַטונגס פֿירעכץ צו פּראָיעקטירן דורך ריזיקע לאָמפּן די וואַל־רעזולטאַטן אויף דער זײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־בנין אויף „איסט־בראָדוויי‟. אין 1928, למשל, איז עס געווען דורך דער דאָזיקער ליכט־פּראָיעקציע, וואָס די אײַנוווינער פֿונעם „איסט־סײַד‟ האָבן זיך דערוווּסט, אַז דער קאַנדידאַט וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אינדאָרסירט, דער פּאָפּולערער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר אַל סמיט, האָט פֿאַרשפּילט אין די וואַלן קעגן דעם רעפּובליקאַנער הערבערט האָווער.

הײַנט קען דער „פֿאָרווערטס‟ מער ניט אינדאָרסירן קיין קאַנדידאַטן צוליב דעם וואָס די צײַטונג ווערט אָנגעפֿירט פֿון אַ נישט־פּראָפֿיטיקער אָרגאַניזאַציע. מע קען אָבער יאָ אינפֿאָרמירן די לייענער וועגן די לעצטע וואַל־רעזולטאַטן און אין דער זעלביקער צײַט אויך ווײַזן, אַז ייִדיש טויג פּונקט אַזוי גוט פֿאַר דעם צוועק ווי אַלע אַנדערע שפּראַכן. דערצו איז עס אַ זעלטענע געלעגנהייט צו נוצן געוויסע פּאָליטישע ווערטער ווי „עלעקטאָרן־קאָלעגיע‟ און „שטימצעטלעך‟.

איז, בעת איר קוקט אויף דער טעלעוויזיע, פֿאַרגעסט אויך ניט נאָכצופֿאָלגן די לעצטע געשעענישן אויף אונדזערע „פֿייסבוק‟־ https://www.facebook.com/forverts און „טוויטער‟־זײַטן https://twitter.com/Forverts.