דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער אָדם קירש האָט לעצטנס באַמערקט, אַז די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער גיבן דעם לײענער אַ „ניט־פֿאַרדינטן געפֿיל פֿון אַ פּעולה, כּלומרשט מיר האָבן גובֿר געװען געװיסע האַרבע קשיות, בעת אין דער אמתן האָבן מיר בלױז באַשטעטיקט דאָס, װאָס מיר זײַנען‟.
אַנדערש גערעדט, האָט די ייִדישע ליטעראַטור (עס רעדט זיך דאָ װעגן דער ליטעראַטור אױף ענגליש) אױפֿגעהערט צו פּראָװאָצירן דעם לײענער מיט האַרבע פֿראַגן און קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען, װי עס האָבן אַ מאָל געטאָן שאול בעלאָו אָדער פֿיליפּ ראָט. אַנשטאָט דעם לאָזן די הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער דעם לײענער זיך פֿילן צופֿרידן מיט זיך אַלײן און מיט זײַן פּלאַץ אין דער װעלט.
אַ מוסטער פֿון אַזאַ מין ליטעראַטור איז דער לעצטער ראָמאַן פֿון יונתן סאַפֿראַן־פֿאָערת „דאָ בין איך‟, װאָס לױט קירשעס דעה, פֿאַרמאָגט ניט קײן „סטיכײיִשן קאָנפֿליקט‟. קירש האָט אָבער אַ בעסערע מײנונג װעגן דעם לעצטן ראָמאַן פֿון לאַראַ װאַפּניאַר, דער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿונעם רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם — „נאָך אַלץ דאָ‟ — אַ סאַטירע אױפֿן הײַנטיקן לעבנסשטײגער, װוּ אַלע מחשבֿות און געפֿילן װערן „פֿאַרמיטלט‟ דורך כּלערלײ דיגיטאַלע דינסטן און עלעקטראָנישע מכשירים. אין תּוך גענומען, האָט װאַפּניאַרס ראָמאַן װײניק צו טאָן מיט ייִדישקײט. צװײ העלדן זײַנען דאָ טאַקע יאָ רוסישע ייִדן, אָבער זײ געהערן ניט צו דער רוסיש־ייִדישער מאַסן־אימיגראַציע. זײ זײַנען געקומען קײן אַמעריקע צו אַרבעטן אָדער שטודירן, און װילן זיך װאָס גיכער אַמעריקאַניזירן.
און דאָך באַרירט װאַפּניאַרס ראָמאַן אַ פּראָבלעם, װאָס איז טאַקע זײער ייִדישלעך. װי אַזױ באַציט מען זיך צום עבֿר, װי קען מען אָפּהיטן דעם זכר פֿון די נאָענטע מענטשן, װאָס זײַנען אַװעק אין דער אײביקײט? דער סיפּור־המעשׂה דרײט זיך אַרום דער המצאָה פֿון אײנעם אַ פּערסאָנאַזש, וואָס װיל שאַפֿן אַן „אַפּ‟, אַ דיגיטאַלע אַפּליקאַציע, װאָס זאָל רעדן מיט דער שטים פֿון אַ געשטאָרבענעם מענטש. דער אַלגאָריטם װעט נוצן אַלע דיגיטאַלע שפּורן, װאָס מען האָט איבערגעלאָזט בײַם לעבן, כּדי צו גענערירן נײַע מעלדונגען, בליצבריװ וכדומה. אַזױ אַרום װעט מען װײַטער לעבן אינעם װירטועלן רױם װי אַ כּמו־פּערזענלעכקײט און קאָמוניקרירן דורך בליצפּאָטשט, „פֿײסבוק‟ און „טװיטער‟.
שױן מיט יאָרן צוריק האָט י. ל. פּרץ דראַמאַטיש פֿאָרגעשטעלט די דאָזיקע פֿאַנטאַזיע אין זײַן פּיעסע „בײַ נאַכט אױפֿן אַלטן מאַרק‟, װוּ מתים קומען אַרױף פֿון זײערע קבֿרים מיט די װערטער, װאָס דריקן אױס זײערע טיפֿסטע באַגערן און לײַדנשאַפֿטן. בײַ די רוסיש־ייִדישע מחברים איז דער ענין פֿון עבֿר גאַנץ חשובֿ. הײַנט שרײַבן רוסישע ייִדן אױף עטלעכע שפּראַכן און װענדן זיך צו פֿאַרשידענע מינים לײענערשאַפֿט. עס איז נאָך דאָ אַלך אַ היפּשער רוסיש־רעדנדיקער ייִדישער עולם אין דעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, ישׂראל, אײראָפּע און אַמעריקע. זײערע באַליבטע מחברים זײַנען דינה רובינאַ און לודמילאַ אוליצקאַיאַ, װאָס בײדע באַהאַנדלען די טעמע פֿון עמיגראַציע און זיכּרון.
דער יונגער דור אימיגראַנטן גײט כּסדר אַריבער אױף דער שפּראַך פֿון זײער נײַער הײם: עבֿרית, ענגליש אָדער דײַטשיש. און דװקא אױף די צװײ „גױיִשע‟ שפּראַכן בלײַבט די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע טעמאַטיק פּאָפּולער שױן כּמעט צװאַנציק יאָר. אָבער דער העברעיִשער לײענער האָט דערצו אַ קנאַפּן אַפּעטיט. מיט װאָס זשע נעמט די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע ליטעראַטור אױס בײַ דעם אַמעריקאַנער און דײַטשישן לײענער? אָדם קירש האַלט, אַז אין אַמעריקע האָט דער דאָזיקער אינטערעס צו טאָן מיט דער אַקטואַליזאַציע פֿון דער טעמע פֿון אימיגראַציע, װאָס איז געװאָרן נאָך בולטער בעת דער הײַ־יאָריקער װאַלן–קאַמפּאַניע. אַן ענלעכע סיבה שפּילט מסתּמא אַ היפּשע ראָלע אין דײַטשלאַנד אױך. אין בײדע לענדער לאָזן זיך רוסישע ייִדן אױסמאָלן װי „גוטע‟ און „װײַסע‟ אימיגראַנטן להיפּוך צו די „שלעכטע‟ און „שװאַרצע‟ מעקסיקאַנער אָדער אַראַבער. רוסישע ייִדן זײַנען געקומען מיט אַ באַגער צו אינטעגרירן זיך אין דער געזעלשאַפֿט, און האָבן דרך־ארץ פֿאַר „מערבֿדיקע װערטן‟.
קאַטיאַ פּעטראָװסקאַיאַ, די מחברין פֿון אַ דערפֿאָלגרײַכן דײַטשישן ראָמאַן־מעמואַר װעגן איר קיִעװער משפּחה, האָט דאָס פֿאָרמולירט קורץ און שאַרף: „מיר זײַנען די לעצטע אײראָפּײער‟. איר ראָמאַן „אפֿשר אסתּר‟ האָט אַ הילכיקע הצלחה אין דײַטשלאַנד און האָט באַקומען די בכּבֿודיקע „אינגעבאָרג־באַכמאַן־פּרעמיע‟. די דאָזיקע לעקטור גיט אַ גלעט דעם אַלטן דײַטשישן שולד־געפֿיל פֿאַרן חורבן. ניט געקוקט אױף אַלע אַמאָליקע רציחות, האָבן דאָך די אינטעליגענטע יונגע רוסישע ייִדן האָלט די דײַטשישע שפּראַך און קולטור, און פֿילן זיך הײמיש אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד. סוף־כּל־סוף האָט די רוסיש־ייִדישע אימיגראַציע באַרײַכערט די דײַטשישע קולטור.
אין אַמעריקע לײענט מען די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע ליטעראַטור אַנדערש. דאָ דערמאָנט זי אָן די אַלטע גוטע צײַטן, װען ייִדישע אימיגראַנטן זײַנען נאָך געװען פֿאַרטאָן אין דער פֿאַרװײַלונג־אינדוסטריע. די רעצענזיע פֿון יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַס ראָמאַן „בהלה אין אַ װאַליזע‟ אינעם מאָדע־זשורנאַל Vogue שטעלט אַ פֿראַגע: „צי דאַרף מען האָבן נאָך אַ באָרשט–שמעקנדיקן ראָמאַן מיט אַ לײַכטן סיפּור־המעשׂה װעגן גלאָבאַליזאַציע?‟ דער ענטפֿער איז „יאָ‟: דער דאָזיקער ראָמאַן לאָזט אונדז „פֿאַרשטײן די אַבסורדישקײט און אַמביװאַלענץ פֿון ניט–געהערן אין ערגעץ, די רײַצנדיקע הבֿטחה פֿונעם נײַעם אָרט געמישט מיטן בענקעניש נאָך דער אַלטער הײם, װאָס עקזיסטירט בלױז אין זיכּרון‟.
די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע שרײַבער ברענגען ניט קײן חידושים אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. מען האָט זײ ליב דװקא פֿאַר דעם, װאָס זײ שפּילן זיך געניט מיט באַקאַנטע טעמעס און הײמישע עמאָציעס. זײערע װערק לאָזן די אַמעריקאַנער לײענער װידער איבערלעבן די אימיגראַנטישע דערפֿאַרונג פֿון זײערע באָבעס און זײדעס, זײ ברענגען צוריק דעם ריח פֿון באָרשט אָבער ניט קײן געשטאַנק פֿונעם טענעמענט־הײַזער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.