„האָטעל בעצי‟ אין מיאַמי ביטש, פֿלאָרידע, ווידמעט יעדן חודש אַ פֿרימאָרגן צו ייִדיש, און יעדן חודש ווער איך ווידעראַמאָל און ווידער נתפּעל פֿון דער אונטערנעמונג וווּ עס נעמען זיך צונויף יונגע און עלטערע ייִדן און ייִדענעס וואָס טוען זיך מחיה זײַן מיט יעדן ייִדישן וואָרט.
יעדן חודש פֿאַרגרעסערט זיך דער עולם.
דעם לעצטן זונטיק, אָקטאָבער 23סטן איז געווען אַ פֿרימאָרגן געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך אין צײַט פֿון חורבן. דרײַ רעדנער פֿון דער שארית־הפּליטה, צווישן זיי — אַ פֿרוי, האָבן דערציילט אויף ייִדיש און אויף ענגליש וועגן זײערע איבערלעבונגען אין צײַט פֿונעם חורבן, און ווי ייִדיש האָט געשפּילט אַ ראָלע אין זייער טראַגעדיע.
קומענדיקן חודש פּלאַנירט מען אַ גאַנצן טאָג געווידמעט אַלערליי ייִדישע קינסטלער…
און דער עיקר: דרײַ ייִדישע לערער וואָס האָבן געלערנט ייִדיש אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן איבערן לאַנד, און איך בתוכם.
דער האָטעל רופֿט זיך נאָכן נאָמען פֿון דער פֿרוי, בעצי ראָס, די פּאַטריאָטישע פֿרוי וועלכע האָט אויפֿגענייט די ערשטע אַמעריקאַנער פֿאָן נאָך אין יענע צײַטן ווען דאָס לאַנד האָט געבושעוועט מיט גראַנאַטן אָפּצושײדן זיך פֿון דער ענגלישער מאַכט און זייער קעניגרײַך.
דער הויפּט־אייגנטימער פֿון דעם לוקסוסדיקן „האָטעל בעצי‟ איז פֿריִער געווען אַ ייִד מיטן נאָמען יונתן פּלוציק; הײַנט זײַנען די אײגנטימער די פּלוציק־קינדער, דעבראַ (דבֿורה) בריגס און יונתן פּלוציק, צוויי טרעגער פֿון זייער פֿאָטערס ייִדישער ירושה.
און ווער טראָגט דעם יאָך, פֿאַרקערט, דעם נחת פֿון אויפֿלעבן דאָס ייִדישע וואָרט אין מיאַמי־ביטש? נישט קיין אַנדערער ווי אשר מילבאַוער, דער דאָסענט אין פֿלאָרידער אינטערנאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון „גלות שטודיעס‟ און אַמעריקאַנער ליטעראַטור. ער רעדט אַ פֿליסיקן ייִדיש און שטאַמט פֿון אַמאָליק ייִדישן שטעטל מונקאַטש, אין די קאַרפּאַטן־בערג. און אַזוי ווי ער איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אונטערן סאָוועטישן רעזשים, וווּ אַל דאָס ייִדישע איז געווען פֿאַרבאָטן, איז ממש אַ וווּנדער ווי זײַן זכּרון האָט אָפּגעהיט אין אים די ייִדישע שפּראַך און קולטור און דינט אים ביזן הײַנטיקן טאָג.
ווער זײַנען די ייִדיש ליבהאָבער, ווילט איר וויסן? עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אַ סך פֿון זיי האָבן זיך אויפֿגעכאָוועט אין קובאַ; אַ טייל אין קאָלומביע, אַרגענטינע און אַנדערע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער וווּ עס האָט נאָך דעמאָלט עקזיסטירט אַ ייִדישע שול־סיסטעם, וווּ מ׳האָט נאָך גערעדט ייִדיש אין דער היים מיט טאַטע־מאַמע און באָבע־זיידע. מ׳האָט אָבער נישט באַוויזן צו אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור־וויסנשאַפֿט, די ליטעראַרישע אוצרות פֿון די גראַנדיעזע ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן און קינסטלער. מיט איין וואָרט, אונדזערע שעקספּירס זײַנען פֿאַר זיי געבליבן אַן „אַניגמאַ‟, דאָס פֿאָלק איז געבליבן שטעקן בײַ שלום־עליכמען, און ס׳עגבערט מיך די סבֿרה צי מ׳האָט אים געלייענט אין אָריגינאַל.
אָבער נישט אין דעם גייט עס. עס גייט אין דעם וואָס ייִדיש איז אַ זעלטן באַשעפֿעניש וואָס רוט נישט, וואָס ליגט נישט אײַנגעלייגט ווי אַ פּלאַדער, ס׳וועקט! ס׳פֿאָדערט! ס׳וויל נישט קאָפּטשען אויפֿן פּריפּעטשיק, ס׳וויל ברענען מיט אַ העליש פֿײַער, און נישט ווי אַ מפּיל־קינד, נאָר דווקא ווי אַ גלײַכער שותּף צו איר בראשית.
דער אמת איז אַז ייִדיש איז אַלעמאָל געווען אַן אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך, ייִדן האָבן גערעדט ייִדיש איבער דער וועלט. לאָמיך אײַך אײַנרוימען אַ סוד אין אויער, דאָס מאָדערנע עבֿרית איז נישט דאָס אַמאָליקע לשון־קודש, ס׳האָט נישט באַוויזן צו פֿאַרכאַפּן די מוחות פֿון ייִדן איבער דער וועלט, און איר ווייסט פֿאַרוואָס? ווײַל דער יונגער צברה, ווי נאָר ער טרעט אַריבער די שוועל פֿון דער וועלט, אַזוי ליגט זײַן צונג אין קימפּעט, ער רעדט „ענגאַליש‟, איז דווקא אויסן צו געפֿעלן דער וועלט, און מיר, אחינו בני ישׂראל, ווייסן גאַנץ גוט אין וואָס די וועלט באַשטייט.
פֿאַר אַ קלוג פֿאָלק האָט מען זיך באַנאַרישט און אויסגעגליטשט אַביסל, צומאָל אַ סך. איך ווייס, איך ווייס אַז נאָכן חורבן ווילן מיר זיך אויסמישן מיט די אומות־העולם, אָבער מיר פֿאַרגעסן, אויב די אומות העולם וועלן דאַרפֿן אויסגיסן זייער שׂינאת־ישׂראל, וועלן זיי אונדז געפֿינען, צי מיר רעדן ענגליש צי שפּאַניש צי פּאָרטוגעזיש, און דער עיקר, צי מיר שלײַפֿן די צונג אויף אַראַביש. ס׳וועט אונדז גאָרנישט העלפֿן, טײַערע פֿרײַנט, אַ ייִד בלײַבט אַ ייִד אין די אויגן פֿון ייִדנהאַסער. איז פֿאַרוואָס זיך נישט פֿאַראייניקן אונטער איין טלית, אונטער איין שירעם, אונטער אַ לשון וואָס האָט אונדז געדינט אַ טויזנט יאָר — ייִדיש, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז מיר ייִדן זײַנען אַלעמאָל געווען פֿיל־שפּראַכיק, דאָס האָט אונדז חלילה נישט געשאַדט.
„האָטעל בעצי‟ איז געבענטשט מיט אַ מענטשן וואָס רוט נישט, זײַן ייִדישער זכּרון רוט נישט, ער זוכט אַ געלעגנהייט אויפֿצולעבן אַ דרימלדיק מאַמע־לשון, אונדזער מאַמע־ און טאַטע־שפּראַך. די געשיכטע פֿון ייִדיש דערמאָנט מיך אינעם לעגענדאַרן פֿעניקס פֿויגל וואָס ווערט פֿאַרברענט און לעבט אויף אויפֿדאָסנײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.