שמואל ראָזענקראַנץ, דער יאָרן־לאַנגער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן חורבן פֿאָרש־צענטער און אַ וויכטיקער ייִדישער כּלל־טוער אין מעלבורן בכלל, איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן.
ראָזענקראַנץ איז געבױרן געװאָרן אין װין דעם 7טן יאַנואַר, 1922. ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן געבורטשטאָט צו 17 יאָר נאָך די קרישטאַלנאַכט פּאָגראָמען, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען דעם 9טן נאָװעמבער, 1938. ראָזענקראַנץ פֿלעגט דערצײלן װי אַזױ ער איז יענע נאַכט אַנטלאָפֿן אין די בערג לעבן װין צוזאַמען מיטן טאַטן און װי דער הימל איז געװאָרן רױט פֿון די ברענענדיקע שילן אין דער עסטרײַכישער הױפּט־שטאָט. ראָזענקראַנץ האָט אױך דערצײלט װעגן דעם חורבן װאָס זײ האָבן געטראָפֿן װען זײ זײַנען אַ טאָג שפּעטער צוריקגעקומען אין שטאָט אַרײַן. ער האָט באַשריבן דאָס צעבראָכענע גלאָז; די צעריסענע, פֿאַרברענטע און ברענענדיקע ספֿרים און ספֿרי־תּורות און די חרובֿ געװאָרענע װױנונגען און געשעפֿטן.
ראָזענקראַנץ איז אַװעק פֿון אײראָפּע און האָט זיך באַזעצט אין מעלבורן, אױסטראַליע. ער האָט געװױנט אין דער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן, װוּ עס האָבן דעמאָלט געװױנט ס’רובֿ מעלבורנער ייִדן. דאָרטן האָט ער געהאָלפֿן גרינדן אַ צװײַג פֿון דער ציוניסטישער יוגנט גרופּע „הבונים“ און האָט געזאַמלט געלט פֿאַרן סכנות. ער האָט זיך אױסגעלערנט ייִדיש װען ער האָט זיך באַקענט מיט די יונגע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע.
װי אַ דערװאַקסענער האָט ראָזענקראַנץ יאָרן לאַנג געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער עלװוּד שיל און װי אירער אַ פּרנס. אַז דער עולם האָט אָנגעהױבן טענהן אַז די שיל גײט אונטער װײַל ייִדן ציען זיך אַרױס פֿון עלװוּד, האָט ער ריכטיק פֿאָרױסגעזען אַז עלװוּד װעט אין דער צוקונפֿט װידער צוציִען יונגע ייִדן, אַ דאַנק דער נאָענטקײט פֿון דער פֿאָרשטאָט צום ים, און די שיל האָט זיך נישט פֿאַרמאַכט.
שמואל ראָזענקראַנץ האָט אױך געדינט יאָרן לאַנג װי דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן חורבן פֿאָרש־צענטער און מוזעום אין מעלבורן און װי אַ מיטגליד פֿון זײַן פֿאַרװאַלטונג. ער איז באַשטימט געװאָרן װי דעם צענטערס ערשטער „אָנפֿירער אױפֿן גאַנצן לעבן‟. ראָזענקראַנץ האָט פֿאַרשטאַנען די װיכטיקײט צו לערנען יונגע ייִדן און אױך נישט־ייִדן װעגן דעם חורבן און האָט געהאָלפֿן פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿונעם צענטער דורך העלפֿן גרינדן די חורבן־צענטער־פֿונדאַציע. ער האָט דערצו געפּרײדיקט די װיכטיקײט פֿון ייִדישער דערציונג בכלל.
ראָזענקראַנץ האָט געדינט אױף דער פֿאַרװאַלטונג פֿונעם ציוניסטישן ביאַליק קאָלעדזש אין מעלבורן. זײַן פֿינאַנציעלע אונטערשטיצונג פֿון דער װעלטלעכער ציוניסטישער טאָגשול האָט אױך דערמעגלעכט דאָס בױען דעם „ראָזענקראַנץ צענטער פֿאַר אױסערגעװײנטלעכקײט און דערגרײכונג“. ער האָט יאָרן לאַנג געדינט אױפֿן קהילה־ראַט פֿון דער שטאַט װיקטאָריע און האָט געהאָלפֿן מאָדערניזירן די אָרגאָניזאַציע.
ראָזענקראַנץ האָט גערעדט ייִדיש מיט אַ שטאַרקן דײַטשן אַקצענט. כאָטש ער האָט קײן מאָל נישט געשפּילט קײן װיכטיקע ראָלע אין לאָקאַלע ייִדישיסטישע אָרגאָניזאַציעס, איז ער געװען אַ פֿרײַנד פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ער איז אינטערװיוּירט געװאָרן װעגן דעם שפּרודלדיקן ייִדישן לעבן אין קאַרלטאָן פֿאַר און גלײַך נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה פֿאַרן פּראָיעקט און מוזעום־אױסשטעלונג „ייִדיש מעלבורן‟, װאָס איז צוגעגרײט געװאָרן פֿונעם אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע בײַ מאָנאַש אוניװערסיטעט.
ראָזענקראַנץ האָט פֿאַריותמט אַ דערװאַקסענעם זון, ראָן, און אַן אײדעם, לעאָן גאָלדמאַן. זײַן טאָכטער, דזשודי גאָלדמאַן, איז געשטאָרבן מיט עטלעכע יאָר צוריק נאָך אַ לאַנגער קראַנקײט. ער לאָזט אױך איבער אײניקלעך און אור־אײניקלעך. ער לאָזט אױך איבער משפּחה אין מדינת ישראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.