כּמעט צוויי חדשים הילכט בײַ מיר דזשאָרדין קוציקס אַרטיקל „ווי אַזוי קומט מען אָן קיין אוישוויץ?‟ (פֿאָרווערטס, 30.9.2016), אַוווּ ער דערציילט וועגן זײַן ערשטן באַזוך אין פּוילן און זײַן איבערראַשנדיקן באַשלוס, נישט צו פֿאָרן קיין אוישוויץ. זײַנע ווערטער האָבן תּיכּף געמאַכט אויף מיר אַ רושם, און בפֿרט ווײַל די טעג, בין איך אַליין צוריקגעקומען פֿון פּוילן.
ס׳איז גאָר נישט געווען מײַן ערשטער באַזוך אין פּוילן; שוין 28 יאָר פֿאָר איך אַהין און צוריק, און כאָטש איך און פּוילן האָבן זיך אַ סך געביטן, פֿיל איך דאָרטן כּסדר אַ ביסל בײַ זיך אין דער היים. פּוילן איז דאָך נישט נאָר מײַן טאַטנס היימלאַנד, נאָר אויך, ווי באַוווּסט, דאָס אָרט וווּ מיליאָנען ייִדיש־רעדערס זײַנען געבוירן און דערהרגעט געוואָרן. דערפֿאַר פֿיל איך זיך נאַטירלעך צווישן די פּויליש־ייִדישע פּייסאַזשן אין וואַרשע, קראָקע, לובלין, און צום באַדויערן, אויך אין אוישוויץ און טרעבלינקע. זיי זײַנען אַלע טיילן פֿון ייִדישן פּוילן.
קיינער מוז נישט באַזוכן אוישוויץ. איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט די פֿאַרשיידענע סיבות אויף נישט צו באַזוכן די טויט־ערטער. אפֿשר קאָן מען זיי טאַקע בעסער באַזוכן, ווי קוציק האָט געשריבן, אין די ביכער און אין די דאָקומענטן. אוישוויץ איז דאָך נישט קיין קאָנצעטראַציע־לאַגער, נאָר אַ מוזיי, אַ געדענקאָרט, אַ מאָנומענט — ווי, להבֿדיל, די ייִדישע קראָקע, קוזמיר [קאַזשימייעזש], וווּ אירע שילן, בית־עולמס און „ייִדישע‟ געשעפֿטן זײַנען נישט קיין לעבעדיקע ערטער, נאָר אַ זכר פֿונעם אַמאָליקן לעבן און פֿונעם חורבן. מיר פּערזענלעך האָבן אַפֿילו אָט די אָ פֿאַרבלײַבענישן פֿון תּמיד אָן געצויגן. כ׳האָב זיי געוואָלט זען מיט מײַנע אייגענע אויגן, און נישט נאָר זען, נאָר זײַן, מיטפֿילן עפּעס. מײַן פֿאַנטאַזיע באַנוגנט זיך נישט מיט ווערטער און בילדער; איך דאַרף פֿילן אַזאַ אָרט מיט די חושים — און דערפֿאַר בין איך מחויבֿ צו פֿאָרן קיין אוישוויץ.
אָבער קוציק פֿרעגט נישט: „פֿאַר וואָס דאַרף מען פֿאָרן קיין אוישוויץ?‟, נאָר ווי אַזוי קומט מען אַהין? איך בין מסכּים מיט אים, אַז נישט מיט לימוזינען, און נישט מיט אָרגאַניזירטע אויטאָבוסן, וואָס פֿירן טוריסטן קיין אוישוויץ און קיין ווייליטשקע אין איין טאָג — פֿאַר 100 זלאָטעס. גאָט זאָל אָפּהיטן פֿון אַזעלכע עקסקורסיעס. איך האַלט אויך נישט פֿון די פֿאַרשיידענע לעבנס־מאַרשן: די ייִדישע תּלמידים וואָס באַזוכן אַלע לאַגערן פֿון פּוילן אין איין וואָך. לויט מײַן מיינונג, רופֿן די מאַרשן נישט אַרויס קיין מיטגעפֿיל מיט די קרבנות, נאָר פֿאַרקערט: די תּלמידים צעשיידן זיך דווקא פֿון די טויטע, באַווײַזנדיק זיי אַז „מיר זײַנען דאָ!‟, און דערצו ווערן מיר באַלד שטאָלצע זעלנערס פֿון צה״ל, אָדער ברענענדיקע אַקטיוויסטן פֿון „הלל‟. דער אויספֿיר איז: „מיר, ייִדן, האָבן אַנדערע און בעסערע סיבות צו זײַן שטאָלץ.‟
דאָ קום איך, סוף־כּל־סוף, צו מײַן ענטפֿער אויף קוציקס פֿראַגע: ווי אַזוי קומט מען אָן קיין אוישוויץ? קיין אושוויץ קאָן מען פֿאָרן אַליין, מיט אַן אויטאָבוס, למשל. ס׳איז נישט נאָר אַ טעכנישע עצה, נאָר אויך אַ פּרינציפּיעלער ענטפֿער. איך האָב עס אַליין געטאָן — נישט איצט, נאָר מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. ס׳איז געווען אַ רעגנדיקער זומערדיקער פֿרימאָרגן, און איך בין אַרויף אין קראָקע אויף אַ מיניבוס וואָס פֿאָרט כּסדר קיין אָשווענטשים, די שטאָט לעבן אוישוויץ. צוזאַמען מיט מיר זײַנען געפֿאָרן פּאָליאַקן און אַ פּאָר טוריסטן. אַליין און שטילערהייט האָב איך געקאָנט זיך אַרײַנטראַכטן וועגן מײַן ציל; וועגן דעם וועג צווישן לעבן און טויט און וועגן די וואָס האָבן עס אַדורכגעמאַכט, און אויך וועגן מײַן זיידע בנימין בתוכם, די עלנטע און פֿאַרלאָזטע.
מײַן בידנער פּויליש האָט מיר געסטײַעט צו קאָמוניקירן מיטן שאָפֿער, וואָס האָט, אַן ערך צוויי שעה שפּעטער, אויסגערופֿן: „מוזייום אוישוויץ!‟ איך בין אַראָפּ אין אַן אָרט וואָס איז מיר פֿרעמד. מיט דער הילף פֿון די שילדן (און פֿון עטלעכע מענטשן) האָב איך געפֿונען דעם אַרײַנגאַנג, און כ׳בין טאַקע אַרײַן אין לאַגער אָן קיין שום פֿאָן אָדער מעגאַפֿאָן. אַליין, אינעם רעגן, בין איך געגאַנגען פֿון איין געבײַדע אין דער צווייטער, און קיינער האָט מיך נישט געאײַלט אָדער געשטערט. אַזוי האָב איך געקאָנט פֿאָרשן די פֿאַרשיידענע אויסשטעלונגען, און אַפֿילו געהאַט גענוג צײַט צו באַזוכן דעם אַרכיוו. דאָרט האָב איך געהערט אַז קיין שום דאָקומענט פֿונעם אומקום פֿון מײַן זיידן עקזיסטירט נישט, ווי דאָס רובֿ דאָקומענטן פֿון יאָר 1942, וואָס זײַנען ליקווידירט געוואָרן.
דערנאָך בין איך אַרויס פֿונעם לאַגער (ניין, פֿון דעם מוזיי), און בכּיוון געגאַנגען צו פֿוס איין קילאָמעטער אָדער צוויי צו דער שכנותדיקער שטאָט, אָשווייענטשים. אַזוי האָב איך געהאָפֿט אַרײַנצושטעלן אוישוויץ אין אַ קאָנטעקסט; נישט באַהאַנדלט דעם לאַגער ווי אַן „אַנדערע פּלאַנעטע‟, ווי ס׳האָט עס גערופֿן ק. צטניק (קאַצעטניק), דער העברעיִשער־ייִדישער שרײַבער, אין זײַן גבֿית־עדות אינעם אייכמאַן־פּראָצעס. אדרבה: להיפּוך פֿון זײַן באַרימטן באַגריף האָב איך געוואָלט זען אוישוויץ ווי אַ גרוילנדיקער פֿענאָמען, וואָס האָט פּאַסירט אין רעאַליטעט, דאָס הייסט אין געוויסע געשיכטע און געאָגראַפֿיע. כ’האָב געוואָלט מעסטן מיט מײַנע אייגענע פֿיס די ווײַטקייט צווישן אוישוויץ און אָשוויינעטשים, צווישן אַ טויט־לאַגער און אַ שטאָט, וואָס איז אויך דעמאָלט אָנגעגאַנגען מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן, מישטיינס געזאָגט.
דורך אַ בריק אויפֿן סאָלע־טײַך בין איך אַרײַן אין אָשווענטשים, וואָס איז אַ פּראָווינציעלע שטאָט, אַ ביסל אַ פֿאַרקוילטע און אָפּגעלאָזטע, און פֿון דעסט וועגן, אַ לעבעדיקע. איך האָב באַזוכט דעם רינעק, די אַלטשטאָט, און דערנאָך געגאַנגען צו דער חבֿרה־לומדי־משניות שול. פֿאַר דער קריג איז דאָך אָשווענטשים געווען אַן עיר ואם, און אין די דרײַסיקער יאָרן זײַנען מער ווי אַ האַלב פֿון אירע אײַנוויינערס (אַרום 5,500) געווען ייִדן. זי האָט אַפֿילו געקראָגן אַ ייִדישן נאָמען: אָשפּיצין, וואָס קלינגט ווי די אושפּיזין (געסט) וואָס מע „פֿאַרבעט‟ אין דער סוכּה. איצט בין איך געווען איר אושפּיז, וואָס חידושט זיך פֿון איר גרויסער, רעמאָנטירטער שול.
ווי אַ סך רענאָווירטע שולן אין פּוילן, דינט עס הײַנט אויך ווי אַ ייִדישער מוזיי, וואָס איז, דער עיקר, געוואָנדן צו דער פּוילישער באַפֿעלקערונג, וואָס אינטערעסירט זיך מיט איר עבֿר, דאָס הייסט — דעם ייִדישן קאַפּיטל פֿון דער פּוילישער געשיכטע. דערפֿאַר זײַנען אַלע באַזוכערס, אַ חוץ מיר, געווען נישט־ייִדישע פּאָליאַקן פֿון פֿאַרשיידענע עלטערס: פֿון באָבעס ביז קליינע קינדערלעך. אין דעם מוזיי קאָן מען זען אָריגינעלע ייִדישע עקספּאָנאַטן, און אויך אַ היסטאָרישע אויסשטעלונג וועגן דער אָשפּיצינער קהילה. מיך האָבן בפֿרט גערירט די ווידעאָס פֿון די לעבן־געבליבענע, וואָס האָבן דערציילט אויף ייִדיש, פּויליש, ענגליש און עבֿרית זייערע זכרונות פֿון אַ בשותּפֿתדיקן לעבן פֿאַר דער קריג. אַגבֿ, אָט דער מוזיי אָרגאַניזירט יעדעס יאָר אַ פֿעסטיוואַל, און אין יאָר 2015 האָט, צווישן אַנדערע, אויך אָנטיילגענומען דער זינגער מתּתיהו.
צום סוף, ווען דער רעגן האָט זיך אָפּגעשטעלט, בין איך געגאַנגען צו דער סטאַציע און גענומען אַן אויטאָבוס צוריק קיין קראָקע.
יעדער באַזוך אין אוישוויץ איז מיר טײַער, אָבער מײַן דריטער באַזוך בלײַבט בײַ מיר נאָך אַלץ פֿאַר די אויגן. די רײַזע איז נישט געווען אַזוי לײַכט, אָבער כּדאי געווען די מי. קיין אוישוויץ קאָן מען נישט פֿאָרן מיט אַ ראַקעטע, גלײַך צום ציל. דאָרטן דאַרף מען עולה־רגל זײַן, מיט טראָפּנס פֿון שווייס, רעגן און טרערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.