ייִדישלעך וואַנטבילד אויפֿן איסט־סײַד — איבערגעפֿאַרבט

Jewish Heritage Mural on NY's East Side Painted Over


פֿון ייִט״אַ

Published November 09, 2016, issue of November 23, 2016.

אַ וואַנטבילד וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה, וואָס האָט מער ווי 40 יאָר באַצירט די זײַט פֿון אַן אָפֿיס־בנין אינעם איסט־סײַד פֿון מאַנהעטן, איז איבערגעפֿאַרבט געוואָרן דורכן נײַעם אייגנטימער פֿונעם בנין, און דערבײַ אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד די אײַנוווינער פֿון געגנט.

קיינער האָט נישט געוואָרנט די אײַנוווינער, אַז מע וועט אָפּמעקן דאָס וואַנטבילד, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1973 דורך אַ מאַנשאַפֿט פֿון אָרטיקע יונגע לײַט און פּראָפֿעסיאָנעלע קינסטלער, גיט איבער די „ניו־יאָרק פּאָסט‟.

דאָס בילד שילדערט זעקס טעמעס: דעם חורבן, אימיגראַציע דורך עליס־אײַלאַנד, די שחיטה פֿון די ישׂראלדיקע אַטלעטן אין מינכען בעת דער זומער־אָלימפּיאַדע פֿון 1972, דעם סוועטשאַפּ, יוניאָנס און דעם „פֿאָרווערטס‟.

דער בנין מיטן וואַנטבילד איז געשטאַנען האַרט לעבן דעם ביאַליסטאָקער מושבֿ־זקנים, וואָס איז הײַנט איינס פֿון די היסטאָריש באַשטימטע ערטער אין ניו־יאָרק.

דער אינוועסטאָר, ראָב קאַלינער פֿון The Ascend Group, האָט לעצטנס געקויפֿט ביידע בנינים. קאַלינער האָט בדעה אַראָפּצורײַסן דעם אָפֿיס־בנין און אויפֿבויען אויף זײַן אָרט אַ הויך דירות־הויז. ער האָט איבערגעגעבן דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟ אַז ער האָט איבערגעפֿאַרבט דאָס וואַנטבילד צוליב דעם וואָס גרויסע שטיקער פֿאַרב זענען שוין אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דער וואַנט, טרעפֿנדיק אין די פֿאַרבײַגייער.

„מיר האָבן עס געטאָן צוליב זיכערהייט־סיבות,‟ האָט קאַלינער באַמערקט. „מיר וועלן מיט דער צײַט סײַ־ווי דעמאָלירן דעם בנין; האָב איך געוואָלט קאָנטראָלירן, אַז די אײַנוווינער און פֿאַרבײַגייער זאָלן דערווײַל נישט געטראָפֿן ווערן פֿון די פֿאַלנדיקע שטיקער.‟

איינע פֿון די יוגנטלעכע וואָס האָט געהאָלפֿן מאָלן דאָס בילד — שׂרה קריוויסקי — האָט געזאָגט דעם „פּאָסט‟, אַז די אײַנוווינער זענען אויפֿגעבראַכט וואָס קאַלינער האָט קיינעם נישט געזאָגט וועגן זײַן פּלאַן עס איבערצופֿאַרבן.

„דער אופֿן ווי ער האָט דאָס געטאָן איז געווען אומדרך־ארצדיק לגבי דער געשיכטע און דער קולטור־ירושה פֿון אונדזערע אײַננוווינער,‟ האָט קריוויסקי צוגעגעבן. „די פּנימער אויף דער וואַנט זענען דאָך די פּנימער פֿון אונדזערע עלטערן, פֿון אונדז אַליין.‟