ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 08, 2016, issue of November 23, 2016.

פּוילישער שרײַבער, טראָגנדיק אַלטפֿרענקישע בגדים,זאַמלט געלט פֿאַר ייִדישן בית־עולם

יאַצעק דענעל
יאַצעק דענעל

יאַצעק דענעל איז איינע פֿון די סאַמע טשיקאַווסטע פּערזענלעכקײטן אין וואַרשע.

דענעל האָט ליב זיך אָנצוטאָן אין אַלט־מאָדישע קליידער. ער איז מסתּמא דער איינציקער יונגערמאַן אין וואַרשע די טעג וואָס גייט אָנגעטאָן מיט אַ צילינדער, פֿראַק און אַ שפּאַציר־שטעקעלע. אַגבֿ, יצחק לייבוש פּּרץ פֿלעגט גיין שפּאַצירן אינעם וואַרשעווער זאַקזישן גאָרטן מיט אַן ענלעכן שטעקעלע.

דענעל איז אַ פּּאָעט, אַ שרײַבער, אַ מאָלער און אַן איבערזעצער. זײַן ראָמאַן „לאַלאַ‟ (אויף ייִדיש — ליאַלקע) איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף עטלעכע שפּראַכן. זײַנע ברייטע האָריזאָנטן דערקענט מען גלײַך ווען מען לייענט די רשימה פֿון זײַנע איבערזעצונגען — פֿון סקאָט פֿיצדזשעראַלדס „דער גרויסער געטסבי‟ ביז חיים נחמן ביאַליקס לידער.

דענעל האָט נאָך אַ מעלה. ער איז אַ הייסער פֿילאָסעמיט. אין פּּוילן איז דאָ א מינהג צו זאַמלען געלטער פֿאַר די בית־עולמס בשעת דער חגא פֿון „אַלע הייליקע‟. דער ייִדישער בית־עולם איז נישט קיין אויסנאַם. אַ ריי פּערזענלעכקײטן שטייען, צדקה־פּושקע אין האַנט, און זאַמלען נדבֿות בײַם עולם לטובֿת דעם בית־עולם.

דענעל איז געקומען אָנגעטאָן מיט זײַנע אויסטערלישע באַלזאַקישע בגדים און געזאַמלט מאות פֿאַר דער אויפֿהאַלטונג פֿונעם גרויסן ייִדישן בית-עולם אויף דער אָקאָפּאַווע גאַס.


בילדערשטרײַף־קינסטלערין שענקט ייִדישן מוזײ פּלאַקאַט מיט איר אונטערשריפֿט

די באַקאַנטע בילדערשטרײַף (קאָמיקס) קינסטלערין, רותו מאָדאַן, האָט געשאָנקען דעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי אַ פּלאַקאַט מיט איר אונטערשריפֿט. וואָס פֿאַר אַ פּלאַקאַט? אַ צייכענונג פֿון איר בילדערשטרײַף־ראָמאַן וואָס הייסט אויף העברעיִש „הנכס‟ און אויף ענגליש —THE PROPERTY. אפֿשר װאָלט „דער מאַיאָנטעק‟ געווען אַ פּאַסיקע ייִדישע איבערזעצונג?

דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם ראָמאַן קומט פֿאָר אין וואַרשע. אַ באָבע מיט איר אײניקל קומען פֿון ישׂראל אויף אַ באַזוך אין דער שטאָט, וווּ די באָבע איז געבוירן געוואָרן און פֿאַרבראַכט אירע יונגע יאָרן. דער ציל פֿון דער נסיעה איז צו דערוויסן זיך וואָס האָט פּאַסירט מיטן בנין וואָס האָט געהערט צו דער משפּחה. עס ווײַזט זיך אָבער אויס אַז נישט נאָר מאַטעריעלע נאָר אויך סענטימענטאַלע סיבות שפּילן אַ ראָלע אין דער באָבעס נסיעה.

אַלטע ליבע, ווי מען זאָגט, זשאַווערט נישט.


ישׂראלדיקע פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעס באַזוכן אוישװיץ

די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַרשע האָט אײַנגעלאַדן אַ דעלעגאַציע פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעזע פֿיגורן אויף אַ נסיעה קיין פּוילן. אַ באַזוך אין אוישוויץ איז געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון דער פּראָגראַם.

רות כּהן דר (דאַר) פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע האָט דערקלערט אַז דער ציל פֿון דער נסיעה איז צו פֿאַרשטאַרקן דעם דיאַלאָג צווישן די פֿאַרשיידענע רעליגיעס אין ישׂראל און דעם קאַמף קעגן שׂינאה און ראַסיזם.

צווישן די בכּבֿודיקע געסט זענען געווען דער גריכישער פּאַטריאַרך פון ירושלים, דער אַרמענישער פּאַטריאַרך, דער אַנגליקאַנישער ביסקופּ, דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל און אַנדערע.

ס׳איז אָבער דאָ נאָך אַ וואַזשנע רעליגיעזע פּערזענלעכקייט אין ישראל: דער ירושלימער מופֿטי. דער מופֿטי, אַז איך האָב נישט קיין טעות, האָט זיך נישט מטריח געווען צו נעמען אָנטייל אין דער חשובֿער דעלעגאַציע.

דער איציטיקער מופֿטי, כוסיין, איז נישט דער ערשטער ירושלימער מופֿטי וואָס האָט אַ פּראָבלעמאַטישע באַציונג לגבי די ייִדן. ווי מיר ווייסן איז דער באַרימטער ירושלימער מופֿטי, אַמין על־כוסייני, געווען, ווי זאָל מען עס איידל זאָגן, אַ קנאַפּער פֿרײַנד פֿון די ייִדן.