ייִדיש אינעם נײַעם יאָרטויזנט

Yiddish in the New Millennium

די באַטייליקטע פֿון דער קאָנפֿערענץ. אין מיטן שטייט די אָרגאַניזירערין, ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס
די באַטייליקטע פֿון דער קאָנפֿערענץ. אין מיטן שטייט די אָרגאַניזירערין, ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס

פֿון ברוכה לאַנג

Published November 11, 2016, issue of November 23, 2016.

ווי אַנטוויקלט זיך די ייִדיש־קולטור הײַנט צו טאָג? ווי שאַפֿט זי זיך ווײַטער, און ווי קען מען פֿאַרשטאַרקן און באַרײַכערן איר צוקונפֿט? מיט אַזעלכע פֿראַגעס האָבן זיך פֿאַרנומען די באַטייליקטע אין אַ לעבעדיקער קאָנפֿערענץ, ייִדיש אינעם נײַעם יאָרטויזנט: אַ סימפּאָזיום וועגן נײַער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 5טן ביזן 6טן נאָוועמבער 2016 אין אָטאַווער אוניווערסיטעט. אָרגאַניזירט די קאָנפֿערענץ האָט ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס, וואָס איז דאָרט אַן אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר. די באַטייליקטע זײַנען געקומען פֿון איבער דער וועלט.

די קאָנפֿערענץ האָט זיך אָנגעהויבן שבת צו נאַכטס מיט אַ לעקציע־פֿאָרשטעלונג פֿונעם עטנאָמוזיקאָלאָג און זינגערין יהודית כּהן אין וועלכער זי האָט באַשריבן און פֿאָרגעזונגען פֿאָלקסלידער אויף ייִדיש און אויף לאַדינאָ אויף ענלעכע טעמעס. די פֿאָרשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק און אַרכיוו פֿון קאַנאַדע וווּ עס געפֿינט זיך אַ פּראַכטיקע זאַמלונג זעלטענע ספֿרים. מ׳האָט אויסגעשטעלט ספּעציעל פֿאַרן עולם אויף דער קאָנפֿערענץ עטלעכע זעלטענע ביכער אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט די ערשטע פֿאַרטײַטשונג אויף ייִדיש פֿונעם גאַנצן תּנ״ך (אַמסטערדאַם, 1678).

זונטיק איז געווען אַ געפּאַקטער טאָג מיט פֿערצן אינטערעסאַנטע, סטימולירנדיקע לעקציעס וואָס דורך זייער פֿאַרשיידנאַרטיקייט האָבן זיי אויסגעמאָלט אַ נישקשהדיק בילד פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור. ס׳איז באַוווּסט אַז נאָר בײַ די חסידים איז ייִדיש הײַנט די שפּראַך פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, איז נישט קיין חידוש אַז די צוויי אַרבעטן וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט דער הײַנטיקער לינגוויסטישער אַנטוויקלונג פֿון דער שפּראַך זײַנען געווען שטודיעס פֿון חסידישן ייִדיש. חיה נאָווי האָט, למשל, באַשריבן ווי די דאַטיוו פּראָנאָמען „מיר“ און „דיר“ ווערן בײַם ייִנגסטן חסידישן דור פֿאַרביטן מיט די אַקוזאַטיוו־פֿאָרמעס „מיך“ און „דיך“.

די איבעריקע אַרבעטן האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם מצבֿ פֿון ייִדיש מחוץ דער חסידישער קהילה. וווּ געפֿינט זיך הײַנט ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון קאָמוניקאַציע? צוויי וויכטיקע ערטער זײַנען דער קלאַסצימער און בײַ געציילטע ייִדישע שרײַבערס, און ס׳איז נישט קיין צופֿאַל אַז די דרײַ רעפֿעראַטן וואָס מ׳האָט געהאַלטן אויף ייִדיש (פֿון סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ, חיקע ברוריה וויגאַנד און אַני־הקטן) האָבן זיך פֿאַרנומען מיט דער הײַנטיקער לערערײַ און פּאָעזיע.

צווישן די זעלטענע ביכער וואָס מע האָט אויסגעשטעלט אויפֿן סימפּאָזיום איז געווען די ערשטע פֿאַרטײַטשונג אויף ייִדיש פֿונעם גאַנצן תּנ״ך (אַמסטערדאַם, 1678)

אַ וויכטיקער אַספּעקט פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור איז דאָך דער באַטײַט פֿון ייִדיש אין קאָנטעקסטן וווּ די דאָמינאַנטע שפּראַך איז אַן אַנדערע. דזשאַסטין קאַמי איז, למשל, נאָכגעגאַנגען די שפּורן פֿון ייִדיש אין נײַע ראָמאַנען אויף ענגליש פֿון ייִדישע שרײַבערס; נאַטאַליע וועסעלאָוואַ האָט באַשריבן די פֿאַרשיידנאַרטיקע ראָלעס וואָס ייִדיש שפּילט אינעם הײַנטיקן קינאָ, און קריסטאַ וויטני האָט אויפֿן סמך פֿון די אינטערוויוען פֿון וועקסלער בעל־פּה־פּראָיעקט בײַם ייִדישן ביכער־צענטער גערעדט וועגן די געמישטע געפֿילן לגבי ייִדיש פֿון די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבערס.

אויף מיר האָט אָבער געמאַכט דעם גרעסטן רושם די די געשיכטע פֿון אַ לייענקרײַז און אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט וואָס עס האָט דערציילט ריאַ טרעגעבאָוו, פּראָפֿעסאָר פֿון שרײַבן אין אוניווערסיטעט פֿון בריטיש־קאָלומביע. דער „וויניפּעגער ייִדיש־לייענקרײַז פֿאַר פֿרויען“ איז פֿאַרשריבן געוואָרן אינעם אונעסקאָ רעגיסטער פֿון הצלחהדיקע אופֿנים אויפֿצוהיטן שפּראַך (UNESCO Register of Good Practices in Language Preservation) צוליב אַ פּראָיעקט וואָס האָט דערפֿירט צו אַ באַנד דערציילונגען פֿון פֿרויען, ייִדיש־שרײַבערינס, איבערגעזעצט אויף ענגליש: Arguing With the Storm. דער לייענקרײַז, אַ גרופּע עלטערע פֿרויען, איז פֿאַרלייגט געוואָרן נאָך דעם ווי מ׳האָט פֿאַרמאַכט די עפֿנטלעכע ייִדישע ביבליאָטעק אין וויניפּעג (אין יאָר 2000). אינספּיריט פֿון די עטלעכע בענד דערציילונגען אָנגעשריבן פֿון פֿרויען וואָס מע האָט דאָרט געפֿונען, האָט די גרופּע פֿרויען, אָנגעפֿירט פֿון טרעגעבאָווס מאַמע דזשענעט בלאָק, גענומען לייענען. די מעשׂיות זײַנען זיי אַזוי געפֿעלן אַז טייל פֿרויען האָבן אָנגעהויבן אַליין איבערזעצן. דערנאָך האָט מען פֿאַרבעטן טרעגעבאָוון, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבערין און איבערזעצערין, צו העלפֿן שאַפֿן אַ באַנד איבערזעצונגען.

אַלע פֿרויען אינעם לייענקרײַז האָבן געקענט ייִדיש פֿון דער היים, אָבער נישט אַלע האָבן געקענט לייענען די ייִדישע אותיות, האָט איינע פֿון די שטאַרקערע פֿאָרגעלייענט די דערציילונג און אַלע האָבן געקענט זיך צוהערן און אַרומרעדן. מ׳האָט געלייענט מעשׂיות וואָס זײַנען שוין איבערגעזעצט געוואָרן, און דערנאָך אַנדערע. עטלעכע פֿרויען, אַרײַנגערעכנט בלאָק וואָס איז שוין געווען 75 יאָר אַלט ווען דער לייענקרײַז האָט זיך געשאַפֿן, האָבן זיך מיט דער צײַט אויסגעלערנט לייענען די אותיות. ווען מ׳האָט גענומען ערנצט איבערזעצן, האָט איין פֿרוי געמאַכט אַן אָנוואַרף, און אַלע האָבן געהאָלפֿן מיט זייערע קענטענישן פֿון פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן און פֿון דער קולטור פֿונעם דור וואָס האָט אָנגעשריבן די מעשׂיות — דעם דור פֿון זייערע מאַמעס. כאָטש טרעגעבאָוו קען נישט קיין סך ייִדיש, האָט זי מיט אירע פּראָפֿעסיאָנעלע אויגן איבערגעלייענט אַלע איבערזעצונגען און אָנגעוויזן אויף פֿראַגעס וואָס די גרופּע האָט דערנאָך אַרומגערעדט. דער פּראָיעקט איז, הייסט עס, געווען אַ קאָלאַבאָראַטיווער. ער האָט נישט נאָר געשאַפֿן אַ נײַעם באַנד איבערזעצונגען וואָס מאַכט אומבאַקאַנטע מעשׂיות און קוים באַקאַנטע שרײַבערינס צוגענגלעך דעם ענגלישן לייענער, נאָר ער האָט אויך דערפֿירט צו אַ באַנײַטער און פֿאַרטיפֿטער באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדיש מצד די פֿרויען אינעם לייענקרײַז, געשאַפֿן אַ קהילה אַרום דעם ייִדישן וואָרט, און אינספּירירט דעם צווייטן דור (איצט אַרום 50 יאָר אַלט) צו שאַפֿן אַן אייגענעם לייענקרײַז.

דזשענעט בלאָק, לינקס, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן פּראָיעקט איבערצוזעצן די דערציילונגען פֿון ייִדישע פֿרויען, גלײַך נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זייער בוך Arguing With the Storm, אין 2007
דזשענעט בלאָק, לינקס, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן פּראָיעקט איבערצוזעצן די דערציילונגען פֿון ייִדישע פֿרויען, גלײַך נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זייער בוך Arguing With the Storm, אין 2007

טרעגעבאָוו האָט באַטאָנט אַז אַן עיקרדיקער פֿאַקטאָר אינעם פּראָיעקט איז געווען איר באַטייליקונג, דאָס הייסט די באַטייליקונג פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שרײַבערין וואָס קען דעם פּראָצעס פֿון אַרויסגעבן אַ בוך. דעם מוסטערהאַפֿטן צוזאַמענשטעל פֿון עלטערע מיט אַ ייִנגערער אין אַ פּראָיעקט וואָס היט אָפּ ייִדיש דורך פֿאַרשטאַרקן די שפּראַך פֿון די באַטייליקטע פֿון איין זײַט און באַקענען אַ ברייטן עולם מיט דער ליטעראַטור פֿון דער צווייטער איז באַשריבן געוואָרן אין אַ באַריכט פֿאַר „אונעסקאָ‟ וואָס מע קען לייענען אויף טרעגעבאָווס וועבאָרט: //rheatregebov.ca/?page_id=195. זאָל מען נאָר צוגעבן צו אָט דעם מוסטער ייִנגערע באַטייליקטע אינעם לייענקרײַז, ייִדיש־לערנערס, זיי זאָלן באַרײַכערן דאָס אויסגעלערנטע ייִדיש און אײַנזאַפּן די קולטור וואָס עס טראָגט אין זיך דער עלטערער דור!

סך־הכּלען פֿון די רעפֿעראַטן און ידיעות וועגן די באַטייליקטע געפֿינען זיך אויפֿן קאָנפֿערענץ־וועבאָרט: //yiddishnewmillennium.yolasite.com/

––