סאָניע קרײַצמאַן איז אַ מיטגרינדערין פֿונעם ראַנדקע־אַפּ פֿאַר ייִדן JCrush. אָט גיט זי עטלעכע עצות וועגן דעם ווי אַזוי מע זאָל שיקן טעקסטלעך ווען מע רעדט מיט עמעצן מיט וועמען מע וויל אָנהייבן אַן ערנסטע באַציִונג. די עצות האָט זי געזאַמלט סײַ פֿון איר אייגענער דערפֿאַרונג, סײַ פֿונעם רעדן מיט יונגע־לײַט אין ניו־יאָרק וועגן זייערע מיינונגען.
1) פֿאַר מענער: שיקט די פֿרויען אַ מעלדונג גלײַך נאָך דער ערשטער ראַנדקע, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז זי איז אַהיימגעקומען בשלום. אַפֿילו אויב זי איז אײַך ניט געפֿעלן געוואָרן זאָל מען עס טאָן לשם איידלקייט.
2) פֿאַר פֿרויען: אויב די ראַנדקע איז אײַך געפֿעלן געוואָרן, שיקט דעם מאַן אַ טעקסטל, אַז ער זאָל וויסן דערפֿון. טאָמער איר האַלט אָבער אַז דער מאַן איז בכלל אַ שמענדריק, איז עס בעסער אים פּשוט ניט צו ענטפֿערן און אָפּצומעקן זײַן נומער איידער אים צו דערקלערן פֿאַר וואָס איר האַלט ניט פֿון אים.
3) מענער און פֿרויען: זײַט זיכער ממשיך צו זײַן די טעקסטלעך צווישן די ראַנדקעס. מע טאָר ניט אויסזאָגן אַלץ (מע דאַרף דאָך האָבן וועגן וואָס צו רעדן אויף דער ראַנדקע גופֿא) אָבער מע דאַרף פֿאָרט ווײַזן דעם מענטש, אַז מע איז נאָך אַלץ פֿאַראינטערעסירט.
4) ס׳איז בדרך־כּלל בעסער צו שיקן טעקסטלעך אין דער פֿרי איידער בײַנאַכט. אַ סך פֿרויען האָבן ליב צו וויסן, אַז מע טראַכט וועגן זיי בײַם אויפֿשטיין. איין פֿרוי, אַנדזשעלײַן, האָט דערקלערט, אַז ווען זי באַקומט טעקסטלעך אין אָוונט ווייסט זי ניט, צי דער בחור האַלט טאַקע פֿון איר, צי ער שיקט פּשוט אַ סך פֿרויען מעלדונגען ווײַל ער איז שיכּור אָדער סעקסועל צעוועקט.
5) מע טאָר ניט שיקן צופֿיל בילדער אָדער „עמאָדזשיס‟, ווײַל ס׳איז בעסער, אַז אײַער לעבן זאָל בלײַבן אַ ביסל מיסטעריעז כּדי צוצוציִען אַן אינטערעס.
6) גיט אַכטונג ווען עס קומט צום אַראָפּנעמען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זיך אַליין. געוויסע מענער האַלטן, אַז אַ פֿרוי וואָס שיקט אַ „סעלפֿי‟ שיקט מסתּמא אַזעלכע בילדער צו יעדן איינעם און איז דערפֿאַר ניט „ספּעציעל‟.
7) שרײַבט וועגן עפּעס אינטערעסאַנטס! ס׳איז ניט גענוג סתּם צו פֿרעגן „וואָס מאַכסטו?‟ מע דאַרף אויך רעדן וועגן עפּעס אוניקאַל. מע זאָל אים/איר לאָזן וויסן עפּעס וועגן זיך אָדער עפּעס אינטערעסאַנט וואָס איז בײַ אײַך געשען.
8) די עיקר־זאַך איז צו געפֿינען עמעצן, מיט וועמען איר זענט באַקוועם און וואָס פּאַסט זיך צו צו אײַער סטיל פֿון שיקן טעקסטלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.