ייִדישע ראַדיאָ־שעהען אין טאָראָנטאָ

Yiddish Radio Hours in Toronto

Courtesy of The Toronto Star

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published November 13, 2016, issue of November 23, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

סוף–30ער יאָרן זײַנען די צײַטן געװאָרן אַלץ פֿינצטערער. די „קאַנאַדער נײַעס‟ און „ייִדישע שעה‟ האָבן גערופֿן צו בױקאָטירן אימפּאָרטירטע דײַטשישע סחורה און פּראָטעסטירט קעגן דעם אָריטקן אַנטיסעמיטיזם אין קאַנאַדע. אין דער קאַנאַדער פּאָליטיק האָט די צײַטונג כּסדר געשטיצט די סאָציאַליסטישע און די לײבאָר־פּאַרטײ, און צומאָל אױך ליבעראַלן. װיכטיקער איז געװען דער קאַמף קעגן די קאָמוניסטן, ניט געקוקט אױף דעם, װאָס דער קאָמוניסטישער פּאָליטיקער יוסף ברוך זאַלצבערג איז געװען גאַנץ פּאָפּולער צװישן די ייִדישע אַרבעטער אין דער געגנט אַרום ספּאַדינאַ־עװעניו אין טאָראָנאָט. זאַלצבערג איז אַפֿילו געװען מאַנדעלס אַ לאַנדסמאַן: בײדע האָבן געשטאַמט פֿון דער געגנט אַרום דער שטאָט אַפּט (אָפּאַטוּװ) אין פּױלן.

אָבער סוף־1930ער יאָרן איז אױך געװען די גאָלדענע צײַט פֿאַרן ייִדישן ראַדיאָ. אין 1938 זײַנען אין טאָראָנטאָ געװען דרײַ פֿאַרשידענע שעה־לאַנגע װאָכנטלעכע ראַדיאָ־אױדיציעס. דאָס האָט גורם געווען אַ וויכּוח צװישן צוהערער װעגן די מעלות און חסרונות פֿון פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, װאָס האָט זיך אױסגעשפּילט אױף די זײַטן פֿון די „קאַנאַדער נײַעס‟. אײניקע לײענער האָבן קריטיקירט דעם ייִדישן ראַדיאָ פֿאַרן נידעריקן קולטורעלן ניװאָ פֿון די אױדיציעס און פֿאַרן זוכן קאָמערציעלן רװח. מען האָט זיך אױך געדאגהט, „װאָס װעלן זאָגן די גױיִם?‟ װען זײ הערן שלעכטע ייִדישע זינגער און אַקטיאָרן?

דער פֿינצטערער תּהום צװישן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין אײראָפּע און מעבֿר־לים איז געװאָרן ספּעציעל בולט נאָכן אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. די ייִדישע קולטור האָט געבליט אין אַמעריקע, בעת אײראָפּע אין געװען אין פֿלאַמען. עס איז מערקװירדיק װי די „קאַנאַדער נײַעס‟ האָט דערמוטיקט ייִדן צו קױפֿן קאַנאַדער מלחמה־באָנדס. דאָס בילד האָט געװיזן אַ ייִדיש מײדל פּוצנדיק זיך פֿאַרן שפּיגל אונטער אַ שאָקירנדיק קעפּל: „היטלער װאָלט געהאַט הנאה צו זען װי שײן דו קוקסט אױס‟. די מאַמע האָט דערקעלרט דער טאָכטער, אַז אײדער פּטרן געלט אױף „אונדזער אײגענער אױסשטאַטונג, דאַרף מען שטיצן די מלוכה אין איר מלחמה קעגן היטלערן.

דרײַ טעמעס האָבן דאָמינירט די „קאַנאַדער נײַעס‟ נאָך דער מלחמה: הילף פֿאַר די פֿאַרבליבענע ייִדן אין אײראָפּע, שטיצע פֿון מדינת־ישׂראל, און קאַמף פֿאַר אָפּהיטן ייִדיש. אױף די ערשטע צװײ פֿראָנטן האָט מען געװוּנען, אָבער מיט ייִדיש האָט מען פֿאַרשפּילט. מאַקס מאַנדעל איז געװאָרן עלטער, און זײַן געזונט־צושטאַנד ערגער. ער איז געשטאָרבן אין מערץ פֿון 1953 און די „קאַנאַדער נײַעס‟ האָט זיך פֿאַרמאַכט אין 1954. אין יענער צײַט האָט קאַנאַדע נאָך געהאַט אַנדערע ייִדישע צײַטונגען, און די ראַדיאָ־אױדיציעס לעבן עד־היום, הגם שױן אױף ענגליש.