לענאַרד כּהן, דער קאַנאַדער זינגער און לידער-שרײַבער, וואָס זײַן ווערק איז געווען אײַנגעווייקט אין אַ ייִדישלעכן פֿילעוודיקייט און האָט אינספּירירט עטלעכע דורות מיט זײַן מעלאַנכאָלישער מוזיק, איז די וואָך ניפֿטר געוואָרן צו 82 יאָר.
כּהן, אַ געבוירענער אין 1934 אין מאָנטרעאָל, האָט שוין געשפּילט די פֿאָלקגיטאַר צו פֿופֿצן יאָר ווען ער האָט צום ערשטן מאָל, בײַם אַרבעטן אין אַ זומער־לאַגער, געהערט פֿון אַ חבֿר דאָס ווידערשטאַנד־ליד „דער פּאַרטיזאַנער‟. ס׳האָט אים שטאַרק אינספּירירט און זיי האָבן עס יעדן טאָג — אין איינעם מיט אַנדערע לידער פֿון אַזאַ שניט פֿון The People’s Song Book (דאָס לידערבוך פֿונעם פֿאָלק) — געזונגען אין איינעם. ס׳האָט זיך אים אַזש געדאַכט אַז די דײַטשן האָט מען לסוף בײַגעקומען מיט מוזיק אַליין.
ווי אַ סטודענט אין מעקגיל־אוניווערסיטעט איז ער געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער מאָנטרעאָלער אַלטערנאַטיווער קונסטוועלט, און ער האָט אין זײַנע לידער זיך געראַנגלט מיט די שפּאַנונגען צווישן דער סעקולערער וועלט און דער וועלט פֿון אמונה.
ער האָט אָנגעהויבן דרוקן צו ערשט לייענלידער און דערנאָך ראָמאַנען, און די קאַנאַדער פּרעסע האָט אָנגעהויבן וועגן אים צו שרײַבן. שפּעטער, אין ניו־יאָרק אין די שפּעטע 1960ער יאָרן, האָט ער אָנגעהויבן שטעלן נאָטן צו די לידער.
די באַרימטע זינגערין דזשודי קאָלינס האָט רעקאָרדירט זײַן ליד „סוזאַן“, וועגן אַ צעשמעטערנדיקער פּלאַטאָנישער ליבע וואָס ער האָט געפֿירט מיטן ווײַב פֿון זײַנעם אַ חבֿר. דאָס ליד איז געוואָרן אַ שלאַגער און זײַן קאַריערע האָט זיך צעבליט. אָבער טאַקע צום טייל צוליב אָט דער ליבע האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן מאָנטרעאָל.
ער האָט נישט געהאַט קיין איבעריק שיין קול — זײַן באַסשטים איז געווען אַ באַגרענעצטע און ער האָט געשריבן מעלאָדיעס וואָס ער זאָל אַליין קענען זינגען. כאָטש די מעלאָדיעס זענען געווען טרויעריקע האָבן זיי איבערראַשט מיט אומגעריכטע מאָמענטן פֿון פֿרייד.
אין זײַן באַוווּסט ליד Bird on the Wire (פֿויגל אויפֿן דראָט), ווערט ער אויסגעלייזט פֿון אַ שרעקלעכן שולדגעפֿיל — צו ערשט, דורך אַ בעטלער, און דערנאָכדעם דורך אַ פּראָסטיטוטקע. אינעם ליד זינגט ער: „און אַ שיינע פֿרוי, וואָס שפּאַרט זיך אָן אין אַ פֿינצטערער טיר, רופֿט צו מיר אויס: ׳היי, אפֿשר פֿאַרלאַנגען נאָך מער?׳“
כּהן האָט אָנגענומען דעם בודיסטישן גלויבן, אָבער האָט קיין מאָל נישט געזאָגט אַז ער איז אויס ייִד. זײַן מוזיק האָט זיך פֿאַרנומען נישט נאָר מיט זײַן אמונה, נאָר מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אין זײַן סאַמע באַרימטסט ליד, „הללויה“, וואָס פֿאַרשידענע זינגערס האָבן עס שפּעטער אויך רעקאָרדירט, זינגט ער וועגן די הייליקע יסורים וואָס סע האָט געליטן דוד המלך ווען ער קלערט זיך אַרײַן אין דער שיינקייט פֿון דער פֿאַרווערטער בת־שבֿע.
כּהן איז אָפֿט אַרומגעפֿאָרן איבער ישׂראל. ער האָט דאָרט גאַסטראָלירט בײַ די סאָלדאַטן בשעת דער יום־כּיפּור־מלחמה אין 1973 און האָט שטאַרק ליב געהאַט די ייִדישע מדינה. ער האָט אָבער אויך אויסגעדריקט אַ טרויער איבערן מיליטאַריזם וואָס ער האָט דאָרט געזען. ווען די ישׂראל־בויקאָטיסטן האָבן אויף אים אין 2009 געדריקט, ער זאָל אַנולירן זײַנעם אַ קאָנצערט אין ישׂראל, האָט ער דווקא אַוועקגעגעבן אַלע אַרײַנגעקומענע געלטער פֿונעם אויספֿאַרקויפֿטן קאָנצערט (אין אַ צײַט ווען ער האָט זיך דווקא גענייטיקט אין געלט) צון אַ גרופּע וואָס שטיצט אַ דיאַלאָג צווישן די פּאַלעסטינער און די ייִדן. אויפֿן קאָנצערט האָט ער אויך דאָ און דאָרט אַרײַנגעמישט העברעיִשע ווערטער און פּסוקים, און האָט פֿאַרענדיקט דעם קאָנצערט מיטן ברכּת־כּהנים, די בענטשונג וואָס כּהנים מאַכן אין שול בשעתן דוכענען.
כּהן האָט פֿאַראָבֿלט אַ זון מיט אַ טאָכטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.