באַטראַכטנדיק די דאַטע פֿון 100 יאָר נאָכן טױט פֿונעם באַליבטן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכמען, האָט דער אױספֿיר־קאָמיטעט בײַם ייִדישן קולטור־צענטער „קדימה‟ אין מעלבורן באַשלאָסן אײַנצופֿירן אַ רײ אונטערנעמונגען במשך פֿונעם יאָר 2016 אָפּצומערקן די װיכטיקע דאַטע.
אײנע פֿון די אונטערנעמונגען, האָט מען באַשלאָסן, װעט זײַן אַ גאַלאַ־קאָנצערט װאָס װעט אָפּשפּיגלען די װיכטיקסטע אױפֿטוען פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער. אַלע האָבן מסכּים געװען אַז דער רעזשיסער מוז זײַן שמואליק „סלאָגאָ‟ סלוצקי.
סלאָגאָ האָט אָנגעהױבן זײַן טעאַטראַלישע קאַריערע װי אַ מיטגליד פֿונעם מעלבורנער ייִדישן יוגנט־טעאַטער בײַ דער קדימה מיט כּמעט 50 יאָר צוריק. ער איז געװאָרן באַרימט אין אױסטראַליע און אין אױסלאַנד װי אַ װיכטיקער לערער פֿון טעאַטער־קונסט און אױך װי אַ רעזשיסאָר. די שטאַט װיקטאָריע האָט אים אַפֿילו אַנערקענט װי דער לערער פֿונעם יאָר אין 1996.
דאָך איז סלאָגאָ שטענדיק געבליבן נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה אין זײַן הײמשטאָט און אין אױסלאַנד. אים איז געװען קלאָר אַז נאָר זײַן חבֿר, דער מעלבורנער שרײַבער און אַקטיװיסט אַרנאָלד (אַהרן) זײבל, קען צוגרײטן דעם טעקסט פֿאַר דער אונטערנעמונג, באַזירט אױף אַ רײ שלום־עליכם מאָנאָלאָגן. דער פּראָיעקט איז באַקרױנט געװאָרן מיטן נאָמען Sholem Aleichem - Not Dead Yet (שלום־עליכם — נאָך נישט געשטאָרבן). דאָס אַלץ איז דערלײדיקט געװאָרן צװישן די צװײ פֿרײַנד אײדער סלוצקי איז אַװעק אין אױסלאַנד כּדי צו באַזוכן משפּחה און פֿרײַנד אין אַמעריקע אינעם אױסטראַלישן פֿרילינג פֿונעם יאָר 2015.
זײבלס טעקסט האָט געדאַרפֿט זײַן גרײט אויף נײַ־יאָר. מע האָט באַשלאָסן צו פֿאַרבעטן דעם באַקאַנטן ניו־יאָרקער ייִדישן אַקטיאָר שײן בײקער צו זײַן דער גאַסט־אַרטיסט און מע האָט באַשלאָסן װעלכע מעלבורנער אַקטיאָרן מע װעט פֿאַרבעטן אָנטײלצונעמען אין דער אונטערנעמונג.
גאַנץ אױסטראַליע שליסט זיך יאָר אײַן, יאָר אױס פֿון סוף דעצעמבער כּמעט ביז סוף יאַנואַר. אַלע אָנטײלנעמערס זײַנען געװען גרײט זיך צו נעמען צו דער אַרבעט נאָכן זומער, אין חודש פֿעברואַר.
אָבער סוף דעצעמבער איז פּלוצלינג געקומען די דערשיטערנדיקע ידיעה אַז שמואליק סלוצקי איז אין לאָס־אַנדזשעלעס אַװעק אין דער אײביקײט אין עלטער פֿון 67 יאָר.
סלאָגאָס מיטאַרבעטער און פֿרײַנד האָבן באַשלאָסן אַז דער קאָנצערט װעט סײַ־ווי פֿאָרקומען — כאָטש מע האָט אים געמוזט אָפּלײגן אויף סוף יאָר. האָט מען זיך גענומען צו דער אַרבעט. מע האָט אָנגעשריבן דעם סצענאַר בעת די קינסטלער האָבן אָנגעהױבן שאַפֿן די דעקאָראַציעס, אַלע אָנגעזאַפּט מיטן געפֿיל אַז מע טאָר נישט דורכפֿאַלן װײַל די פֿאָרשטעלונג איז אַ מין הײליקער חובֿ װאָס מען איז שולדיק דעם גוטן פֿרײַנד װאָס איז צו פֿרי אַװעק אין דער אײביקײט. איז די הױפּט־זאַך געװען — װוּ נעמט מען אַ ייִדיש־רעדנדיקן רעזשיסאָר?
צום גליק, געפֿינט זיך אין מעלבורן אַ פֿעיִקע יונגע פֿרױ, גליתּ קלאַס. אַלײן אַ בינע־קינסטלערין, איז זי דערצו אַ רעזשיסאָר און אַ פּראָדוקט פֿון די ייִדיש־קורסן בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט. זי האָט מסכּים געװען אונטערצונעמען דעם איצט טאָפּלט־װיכטיקן פּראָיעקט. זי װעט מיטאַרבעטן מיט שײן בײקערן; װעלן זײַן צװײ רעזשיסאָרן. האָט מען אָנגעהױבן זוכן די אַנדערע פֿעיִקע ספּעציעליסטן כּדי מקיים צו זײַן די פֿאָרשטעלונג.
און מע האָט זײ געפֿונען! אַ רײ טאַלאַנטן האָבן זיך צוגעשטעלט, די אונטערשטיצערס האָבן פֿינאַנצירט די אונטערנעמונג, און די פֿאָרשטעלונג האָט זיך געעפֿנט צו דער צײַט!
(המשך קומט אין אַ וואָך אַרום)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.