די באָראָ־פּאַרק־פֿיליע פֿון דער נעץ „משׂביע‟־גאָרקיכן (Masbia Soup Kitchen Network) האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך, סוף־כּל־סוף, געעפֿנט אירע טירן, און דערבײַ דערלאַנגט אַ גרויסע צאָל הונגעריקע קליענטן אַ געזונטע הינדל־וועטשערע. צוליב פֿינאַנציעלע אָפּהאַלטן האָט מען די עפֿענונג עטלעכע מאָל געדאַרפֿט אָפּלייגן אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע חדשים.
איז דעריבער געווען אַ גרויסע שׂימחה ווען אַלכּסנדר ראַפּאַפּאָרט, דער אומפֿאַרמאַטערלעכער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון „משׂביע‟, האָט דינסטיק אָוונט, אין איינעם מיט דרײַ חשובֿע באָראָ־פּאַרקער רבנים, אָנגעשלאָגן אַ מזוזה צום בײַשטידל פֿון דער פֿעדערשטער טיר. בײַגעווען זענען אויך דער היוונעווער רבֿ, דער קאָסעווער רבי, און ראַפּאַפּאָרטס טאַטע, ר׳ יוסף ראַפּאַפּאָרט.
„די עפֿענונג פֿונעם לאָקאַל אין באָראָ־פּאַרק איז בײַ אונדז אַ גרויסע שׂימחה“, האָט ראַפּאַפּאָרט געזאָגט. „מע זאָגט בײַ ייִדן אַז משה רבינו האָט מיט גרויס פּאַראַד געבראַכט צו טראָגן די צוויי לוחות, און יענע האָבן זיך צעבראָכן. איז ער צוריק אין שמים כּדי אַראָפּצוברענגען נאָך אַ פּאָר לוחות, וואָס ער האָט דאָס מאָל געבראַכט אויף אַ מער טאָג־טעגלעכן אופֿן, און טאַקע די נײַע לוחות האָבן געהאַט אַ קיום. קען מען טאַקע זאָגן אַז אונדזער צווייטע עפֿענונג אין באָראָ־פּאַרק איז געגליכן צו דער צווייטער פּאָר לוחות“.
„משׂביע‟ ראַנגלט זיך נאָך אַלץ מיטן ענין מזומן, גיט ראַפּאַפּאָרט איבער, און מע שאַפֿט ווײַטער געלט דורך „פֿייסבוק‟, ווי אויך דער וועבזײַט פֿונעם באָראָ־פּאַרקער לאָקאַל. „באָראָ־פּאַרק האָט זיך, סוף־כּל־סוף, געעפֿנט אָבער דער קווינסער לאָקאַל פֿירט אויס זײַן אַרבעט פֿון אַ משׂא־אויטאָ וואָס שטייט פֿאַרן אַלטן לאָקאַל, ווײַל מע דאַרף עס נאָך רעמאָנטירן“.
„משׂביע‟ איז אַן אייגנאַרטיקער מין גאָרקיך דערמיט, וואָס זי דערלאַנגט הונגעריקע לײַט הייסע כּשרע מאָלצײַטן — נישט־געקוקט אויף זייער רעיליגיע — אין אַ סבֿיבֿה ענלעך צו אַ רעסטאָראַן. אַזוי פֿילן זיך די קונים מער חשובֿ. די קיך שטעלט אויך צו בײַטלען שפּײַז, אַז די קליענטן זאָלן קענען דאָס עסן אַהיימנעמען.
אין 2016 האָט „משׂביע‟ פֿאַרטיילט מער ווי צוויי מיליאָן מאָלצײַטן, האָט ראַפּאַפּאָרט געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.