ישׂראל פּאָזנאַנסקי, וואָס איז אַמאָל געווען דער גרעסטער טעקסטיל־פֿאַבריקאַנט אין לאָדזש, איז געשטאָרבן אין יאָר 1900 און ליגט באַגראָבן אינעם ייִדישן בית־עולם אין לאָדזש. דער „אוהל פּאָזנאַנסקי‟ איז מסתּמא דער גרעסטער און אימפּאָזאַנטסטער ייִדישער מאָזולעום אויף דער גאַנצער וועלט.
לאָדזש איז געווען אין יענע יאָרן דער צענטער פֿון דער טעקטסטיל־אינדוסטריע אין צאַרישן רוסלאַנד, און פּאָזנאַנסקי איז געווען די אינספּיראַציע פֿאַר ישׂראל יהושוע זינגערס ראָמאַן „די ברידער אַשכּנזי‟.
וואָס איז געבליבן פֿון ישׂראל פּאָזנאַנסקי חוץ דעם ראָמאַן? געבליבן איז זײַן פּאַלאַץ וואָס שטייט אין מיטן לאָדזש ביזן הײַנטיקן טאָג. דער פּאַלאַץ דינט הײַנט ווי דער מוזיי פֿון דער שטאָט לאָדזש. מען רופֿט אים אויך דער „לאָדזשער לוּווער‟.
דער מוזיי פֿון דער שטאָט לאָדזש גרייט צו די טעג אַ נײַע אויסשטעלונג געווידמעט די דרײַ גרויסע עטנישע גרופּען וואָס האָבן געלעבט אין לאָדזש אין איר בלי־צייט: ייִדן, פּאָליאַקן און דײַטשן. די שטיצע פֿאַרן פּראָיעקט האָט דער מוזיי באַקומען פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן‟.
די וואָך האָבן די מיטגלידער פֿונעם פֿאַרבאַנד מיטן פֿאָרזיצער אַרטור האָפֿמאַן בראש רעקאָרדירט אין אַ וואַרשעווער קלאַנג־סטודיאָ סצענעס פֿונעם אַמאָליקן טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די לאָדזשער ייִדישע משפּחות, אין ביידע שפּראַכן, ייִדיש און פּויליש.
הייסט עס, אַז די באַזוכערס פֿון מוזיי וועלן נישט נאָר זען די בילדער פֿון יענע צײַטן, נאָר אויך הערן די קלאַנגען פֿון אַמאָל.
אַ גאַסט אין שטעטל. בעסער געזאָגט אַ גאַסט אין שטאָט. פּראָפֿעסאָר דן מירון איז געקומען פֿון ניו־יאָרק האַלטן א לעקציע אינעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי „פּולין‟ וועגן שלום־עליכמען.
לויט מירונען איז שלום־עליכם נישט געווען קיין אינאָוואַטאָר וואָס שייך דער טעמאַטיק פֿון זײַנע ווערק. אַנדערע האָבן אויך געשריבן וועגן דעם איבערקערעניש אינעם ייִדישן לעבן ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה.
איז וואָס איז יאָ די גרויסקײט פֿון שלום־עליכמען? מירון פֿאַרגלײַכט אים צו ביאַליקן. ביאַליק, האָט באַטאָנט פּראָפֿעסאָר מירון, איז דער גרויסער באַנײַער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע. שלום־עליכם איז דער גרויסער באַנײַער פֿון דער ייִדישער פּראָזע. שלום־עליכם האָט גערעדט מיט אַ נײַעם קול וואָס מען האָט פֿריִער קיין מאָל נישט געהערט אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
שלום־עליכמס פּראָזע, האָט מירון באַטאָנט, איז אַ יחיד־במינו צוליב איר מוזיקאַלישקײט.
מירון האָט דערמאָנט אז שלום־עליכמס זשעני איז אָפֿטמאָל נישט אָנערקענט געוואָרן פֿון זײַנע מיטצײַטלערס. דאָס פֿאָלק האָט אים פֿון תּמיד אָן באַערט, אָבער דווקא אין די ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר נישט קיין ערנסטן און אַפֿילו אַ צווייטראַנגיקן שרײַבער. פּרץ און אַנדערע ייִדישע שרײַבערס האָבן געהאַלטן אַז שלום־עליכם קען נישט גערעכנט ווערן ווי אַן אמתער גרויסער שרײַבער. בײַ זיי איז שלום־עליכם געווען אַן אויבנאויפֿיקער, פּאָפּולערער שרײַבער און אַפֿילו אַ שטיקל לץ.
ערשט ווען די רוסישע שרײַבערס און קריטיקערס האָבן אים געלויבט אין הימל אַרײַן, האָבן די ייִדישע ליטעראַטן זיך מישבֿ געווען און געענדערט ביסלעכווײַז זייער באַציִונג לגבי שלום־עליכמען.
גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער אַז איך האָב נישט קיין טעות האָט באשעוויס זינגער אויך נישט געלעקט קיין האָניק בײַ די ייִדישע ליטעראַטן. ער האָט מיר איין מאָל געזאָגט אַז אין די ייִדישע קרײַזן באַרעדט מען אים ווי אַ וווּלגאַרער, פּאָרנאָנגראַפֿישער שרײַבער.
ערשט ווען די אַמעריקאַנער ליטעראַטן, מיט סאָל בעלאָ בראש, האָבן אים געשעצט און געלויבט, האָט די באַציִונג פֿון די ייִדישע ליטעראַטן זיך אויך געביטן צום גוטן. נאָך מער אָנערקענונג מצד דער גוייִשער וועלט איז געקומען מיטן נאָבעל־פּריז.
הייסט עס, אַז ערשט ווען די גויים האָבן אים באַהאַנדלט מיט דרך־ארץ האָט אויך די ייִדישע קריטיק אָנערקענט זיין צושטײַער צו דער ייִדישער ליטעראַטור.
עס זעט אויס, אַז די פֿראַנצויזן אָדער ענגלענדער פֿאַרלאָזן זיך אויף זייער אייגענעם פֿאַרשטאַנד. בײַ אונדז ייִדן דאַרפֿן די גויים געבן דעם ערשטן הכשר. ערשט דעמאָלט האָבן מיר אַ שטיקל דרך־ארץ פֿאַר אונדזערע גרויסע שאַפֿערס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.