די עקזעקוטיווע פֿון דער גרעסטער אינסטיטוציע פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסיע, ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט מיטוואָך אָפֿיציעל אויסגעקליבן הרבֿ אַרי בערמאַן ווי זײַן קומעדיקער פּרעזידענט.
לויט אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט, וועט בערמאַן פֿאַרנעמען די פּאָזיציע אין יולי 2017.
דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער האָט מען שוין געמאָלדן, אַז בערמאַן איז איינער פֿון די הויפּטקאַנדידאַטן פֿאַרן פּאָסטן, נאָך דעם ווי דער ביז־איצטיקער פּרעזידענט, ריטשאַרד דזשאָעל, האָט געמאָלדן, אַז ער וועט אין 2018 דעמיסיאָנירן.
„הרבֿ בערמאַן איז אַ דינאַמישער, אינספּירירנדיקער פֿירער, געלערנטער און פּעדאַגאָג,‟ האָט דערקלערט דער פֿאָרזיצער פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, מושאל סטראַוס, וועלכער איז געזעסן בראָש פֿונעם אויסקלײַב־קאָמיטעט. „ער איז שטאַרק איבערגעגעבן אונדזער שליחות, און וועט אָנפֿירן מיט ישיבֿה־אוניווערסיטעט אויף אַן אויסגעצייכנטן אופֿן.‟
בערמאַן, אַ גראַדואַנט סײַ פֿונעם קאָלעדזש, סײַ פֿונעם רבנים־סעמינאַר פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט 14 יאָר לאַנג געדינט ווי דער רבֿ פֿונעם „דזשויִש סענטער‟, אַ פּראָמינענטע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שיל אויפֿן „אָפּער וועסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן, ביז ער האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 2008. אָנהייבנדיק פֿון 1998 איז ער אויך געווען אַ גמרא־לערער אינעם אוניווערסיטעט.
בערמאַן, וואָס האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ געהילף־רבֿ אינעם „דזשויִש סענטער‟, איז געוואָרן דער הויפּט־רבֿ אין 2000. די שיל, וואָס איז יאָרן לאַנג געווען די היים פֿון אַ סך מנדבֿים און כּלל־טוער פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, איז אויך געווען די שפּרינג־פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר אַ סך מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנישע פֿירער. אַ פֿריִערדיקער רבֿ פֿונעם „דזויִש סענטער‟, נאָרמאַן לאַם, איז אַוועק אין 1976, כּדי צו ווערן דער פּרעזידענט פֿונעם אוניווערסיטעט, און הרבֿ דזשיי דזשיי שעכטער איז איצט גלײַכצײַטיק דער הויפּט־למדן פֿונעם „דזשויִש סענטער‟ און אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט.
בעת זײַנע יאָרן אין ישׂראל האָט בערמאַן באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. ער דינט איצט ווי דער הויפּט פֿונעם „היכל שלמה צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟ אין ירושלים, און ווי אַ לערער אינעם „הערצאָג־קאָלעדזש‟ אינעם ייִשובֿ אַלון שבֿות, לעבן ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.