רוסלאַנד האָט זיך אַלעמאָל אויסגעצײכנט בײַם דערציִען זייער יונגט — פֿון קינדערגאָרטן ביז די העכערע שטודיעס — פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אַלץ וואָלט געווען גוט און ווויל ווען נישט די אַרעסטן טאַקע פֿון די זעלבע גוט דערצויגענע וויסנשאַפֿטלער, פּראָפֿעסאָרן, באַרימטע שרײַבער, פּאָעטן און דראַמאַטורגן.
וואָס אַן אמת האָט מײַן טאַטע באַקומען אַ העכסט קוואַליפֿיצירטע וויסנשאַפֿטלעכע דערציִונג ווען ער איז געזעסן אין תפֿיסה מיט דער סמעטענע פֿון דער סאָוויעטישער העכסט דערצויגענע אַרעסטאַנטן…
דאָ אין אַמעריקע איז משה קאַפּויער. שוין יאָרן לאַנג ווי די דערציִונג גייט כאָדאָראָם, צוריקוועגס הייסט עס, סײַ צוליב פּאָליטיק, סײַ די נישט גוט דערצויגענע לערער, דירעקטאָרן, די אַבסורדע עקזאַמענס מיט וועלכע סײַ די לערער און סײַ די קינדער מאָרדעווען זיך ביזן הײַנטיקן טאָג, און אַנשטאָט צו לערנען זייערע קורסן ווי צוגעגרייטע, דערצויגענע לערער דאַרפֿן, צווינגט מען זיי צוצוגרייטן די חבֿרה יונגוואַרג צו די טרוקענע עקזאַמענס, און ווער איז שולדיק אין דעם? די פּאָליטיקער פֿון געוויסע שטאַטן, ווי, למשל, דער געוועזענער געבערנאַטאָר אין פֿלאָרידע — דזשעב בוש. וואָס האָט ער געוווּסט פֿון אַקאַדעמיע? אַ פֿײַג! און די לערער־יונאָנס וועלכע האָבן אַמאָל געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע לגבי דער אַלגעמיינער דערציִונג אין לאַנד, הײַנט זײַנען זיי אַראָפּ פֿון די רעלסן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ביוראָקראַטיע; דער עיקר ווערן זיי נישט פּטור פֿון די לערער־קאַליקעס וואָס האָבן זיך נישט אויסגעטויגט צו דער לערערײַ מיט יאָרן צוריק. פֿאַרקערט — מען האָט זיי באַלוינט מיט זיצן אין דער היים און באַקומען דאָס זעלבע געהאַלט ווי פֿריִער.
די פּאָליטיק איז בײַ אונדז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ „ביזנעס‟. גיט מיר אַוועק אײַער שטוב, זאָגט דער פּרעזידענט־קאַנדידאַט, וועל איך דערפֿאַר אײַך צוריקגעבן דעם קוימען. אַנטלײַט מיר אײַער לעבן, זאָגט דער סענאַט, וועלן מיר עס אײַך אָפּגעבן אויף ראַטעס (אויסצאָלן). אַנטלײַט אונדז אויף דער בלינדער נאַכט די געפֿאַלענע ווײַסקייט פֿון אײַער שניי, זאָגט דאָס העכסטע געריכט, וועלן מיר אײַך אָפּגעבן אַ בלאָטע אויף שבֿועות!
דערצו העלפֿן נישט די מאַשינקעלעך ווי „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, מיט די „אײַ פּעדס‟ און „אײַ פֿאָונס‟, מיט די „קינדלס‟ וואָס קינדלען נישט, נאָר זיי מפּלען… מ׳דינט די טעכנישע מאַכערײַקעס ווי מ׳דינט עבֿודה זרה. קליין און גרויס זײַנען פֿאַרכּישופֿט, די מאַשינקעלעך פֿאַרשטאָפּן די קעפּ סײַ פֿון דער יונגוואַרג סײַ פֿון דער מיטל־עלטערוואַרג, דורשטן צו דערוויסן זיך וואָס ס׳הערט זיך מיט דער וועלט, אָדער מיט דער פּיצאַ און סושי מיט דער „גאַלאָפּ־עקספּרעס‟ צושטעלונג.
און דאָס וואָס דאָנאַלד טראַמפּ איז אויסדערוויילט געוואָרן ווי פּרעזידענט פֿון די פֿאַרייניקטע שטאַטן, די גרעסטע דעמאָקראַטיע זינט די וועלט שטייט, טראָץ דעם וואָס מ׳האָט אים קודם געמאַכט צו קליין געלט, טראָץ דעם וואָס מ׳האָט פֿון אים געחוזקט און געשפּאָט פֿון זײַן טיפּשות, זײַן אַראָגאַנץ, זײַן עם־הארצות, זײַן אַלפֿאָנסישן „לעבעיונג‟ צוגאַנג צו פֿרויען, זײַן חוזק פֿון קאַליקעס, זײַן באַדראָען די מינאָריטעטן, זײַן האַס צו פֿאַרשיידענע רעליגיעזע מינאָריטעטן, אָן אַ סוף חסרונות, וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן? אַרויסגעוויזן האָט זיך אַז ס׳רובֿ פֿון זײַנע וויילער זײַנען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון טראַמפּן אַליין, און ער אַליין איז זייער אורשפּרונג.
ס׳דערמאָנט מיך אין דער פֿראַנצייזישע רעוואָלוציע, ווען דער המון האָט איבערגענומען די לייצעס און געהאַקט קעפּ אונטער דער גיליאָטינע; און אין דער רוסישער רעוואָליוציע, וועלכע האָט געברענגט אַן אומגליק אויף אַן אומשולדיקער באַפֿעלקערונג, און פֿון יאָר 1933, ווען היטלער ימח שמו האָט פֿאַרפֿירט אַ גאַנץ פֿאָלק.
הײַנט וועט עס נישט נעמען זעקס יאָר אומצוברענגען פֿעלקער, הײַנט באַשטייט די וועלט פֿון אַ רויט קנעפּל. איין קוועטש און אויס קאַפּעליוש־מאַכער, אויס מיטן בן־אדם; אויס מיט די רעליגיעזע, פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, קאָנסטיטוציאָנעלע, דעמאָקראַטישע, נאַציאָנאַליסטישע, פֿאַשיסטישע, דעמאַגאָגישע אונטערשיידן. אײן קוועטש און אויס מיטן קיבודל!
מיר גייען צוריקוועגס, מיר ווערן וואָס אַמאָל מער צוריקגעשטאַנען, אַ פֿאָלק צעשניטן אויף שטאַטן, רויטע און בלויע, און יעדער שטאַט מיט זײַן פּאָליטיק, מיט זײַן אויסטײַטשונג פֿון זייער וויזיע פֿאַר אַמעריקע און אין צווישן גנבֿענען זיך אַרײַן די ראַסן־האַסער, שׂונאי־ישׂראל, די Jew-S-A־דעמאָנסטראַנטן, און די זון קומט אויף און פֿאַרגייט ווי קיין מאָל גאָרנישט, בלויז די פּיטשיניונקעלעך מענטשעלעך פֿאָדערן דעם צווייטן געזעץ אין דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע צו האָבן די רעכט צו זײַן באַוואָפֿנט, בשעת אין דער זעלבער צײַט האַלט דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק שטאַרק אײַזן פֿון די „עשרת הדברות‟, די צען געבאָט, דער עיקר דעם צווייטן: „זאָלסט נישט מאָרדן!‟ וואָס אַן אמת האַלטן אַלע רעליגיעס פֿון דעם צווייטן געבאָט, און אין דער זעלבער צײַט האָבן זיי דעם צווייטן געבאָט טיף טײַער אין דער אַדמה.
און ווער מיינט איר זיצט אויפֿן פּולווער אין אַמעריקע? די „ביקס און רעוואָלווער וואָפֿן לאַבי‟ (אונטערשטיצער וואָס לעקן זיכער אָפּ אַ פֿעט ביינדל פֿונעם פֿאַרקויף), אַזוי אַז צו וואָס מ׳רירט זיך צו אין דעם שטאַרקסטן לאַנד אַמעריקע שטינקט. און ווער איז שולדיק אין דעם? די פּאָליטיקער! און ווער האָט אויסדערוויילט די פּאָליטיקער? דאָס פֿאָלק. ווי האָט געזאָגט דאָנאַלט טראַמפּ איידער ער איז געוואָרן אויסדערוויילט:
„די גאַנצע פּאָליטיק איז קאָרומפּירט, אָבער פֿאַרקערט, אויב איך געווין, וועט זײַן אַ סימן אַז ס׳איז נישט קאָרומפּירט…‟
איז וווּ זשע האַלטן מיר? אַראָפּ פֿון די רעלסן! נאָך אַזאַ פּרעזידענט ווי באַראַק אָבאַמאַ, אַ ריזיקער אָראַטאָר, אַ האַרוואַרד דערצויגענער אַדוואָקאַט, אַ פּאָליטיקער וואָס האָט זיך געזאָרגט פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק, פֿאַר מינאָריטעטן, פֿאַר דער אָרעמער באַפֿעלקערונג, פֿאַרזאָרגט מיט געזונט־פֿאַרזיכערונג צוואַנציק מיליאָן מענטשן, אויסגעקומען כּמעט מיט דער גאַנצער וועלט ביזן נעכטיקן טאָג, דעם 8טן נאָוועמבער 2016, ווען זײַן ווײַס־בענקל אין „ווײַסן הויז‟ האַלט בײַ פֿאַרנעמען אַ מענטש וואָס האָט נישט געצאָלט זײַנע צינזן שוין צוואַנציק יאָר צײַט, וואָס האָט באַשווינדלט זײַנע שותּפֿים און אַרבעטער, וואָס איז שטאַרק פֿאַרליבט אין זיך, און זײַנע געשעפֿטלעכע אויפֿטוען, אַ חבֿרהמאַן וואָס האָט נישט קיין אַנונג אין פּאָליטיק, וועט פֿון הײַנט אָן און ווײַטער פֿירן די גרעסטע מלוכה אין דער וועלט. די פֿראַגע איז וווּ אַהין וועט ער זי פֿירן, ווען ער האָט שוין אָנגעשטעלט אין זײַן קאַבינעט ריענס פּריבוס ווי דער שעף פֿון שטאַב, און סטיוו בענאָן ווי דער הויפּט עצה־געבער — אַן אויסגעשפּראָכענער אַנטיסעמיט מיט אַ קרימינעלער פֿאַרגאַנגענהייט? לאָמיר האָפֿן אַז זיי וועלן אונדז נישט פֿירן מיט אַ שנעלצוג וואָס וועט אַראָפּ פֿון די רעלסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.