רות גרובער, אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע וואָס האָט געהאָלפֿן די חורבן־געליטענע, איז דאָנערשטיק — אין טיפֿער עלטער פֿון 105 — ניפֿטר געוואָרן אין איר מאַנהעטענער היים, לויטן וואַשינגטאָן פּאָסט.
אין משך פֿון די יאָרן האָט גרובער געהאָלפֿן אַריבערפֿירן טויזנט פּליטים פֿון אייראָפּע קיין אַמעריקע, און איז איבעריק באַקאַנט פֿאַר איר נסיעה אין 1944 אויף אַ שיף וואָס האָט געבראַכט צו פֿירן פּליטים פֿון איטאַליע קיין ניו־יאָרק. נישט־געקוקט אויף דער סכּנה פֿון די ים־וואַסערן, וואָס סע האָבן פּאַטראָלירט דײַטשע טונקשיפֿן, האָט דער דעמאָלטיקער אַמעריקאַנער אינלאַנד־מיניסטער האַראָלד איצקעס באַשטימט גרובערן, אַז זי זאָל מיטפֿאָרן מיט די פּליטים און זיי „האַלטן בײַ דער האַנט“.
רובער האָט דעם אינצידענט דערמאָנט אין אַ בוך וואָס זי האָט געשריבן וועגן יענער נסיעה, Inside of Time („אינעווייניק אין דער צײַט“). אויף יענער שיף האָבן די פּליטים — טייל אַזוי אַלט אַז זיי האָבן קוים געקענט אויפֿהייבן אַ פֿוס — זי גערופֿן „די מאַמע רות“, לויטן נעקראָלאָג בײַם וואַשינגטאָן פּאָסט. זי האָט גערעדט ווי אַ וואַסער סײַ דײַטש סײַ ייִדיש, און האָט אויף דער שיף אָרגאַניזירט ענגליש־לעקציעס, זיך פֿאַרנומען מיט די ים־קראַנקע און, לויטן „באָסטאָן גלאָב‟, אויסגעלערנט כאָטש איין פֿרוי איר ערשט ענגליש ליד, You are my Sunshine [ביסט מײַן ליכטיקע שײַן].
אין איינעם האָט מען איבערגעלעבט די צווייוואָכיקע נסיעה אָן אַטאַקירט צו ווערן, און די פּליטים זענען מיט גאַנצע ביינער אָנגעקומען אויף די ברעגן פֿון אַמעריקע. ביזן סוף פֿון איר לעבן איז גרובער געווען איבערגעצײַגט אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט געהאַט געקענט אַרויסראַטעווען אַ סך מער פּליטים.
גרובער האָט געאַרבעט ווי אַ פֿאָטאָגראַפֿין און רעפּאָרטער בײַם „ניו יאָרק העראַלד טריביון‟ און איז אין 1947 געוואָרן דער סאַמע ערשטער מערבֿדיקער זשורנאַליסט וואָס איז געווען צו גאַסט אינעם סאָוועטישן אַרקטיק און גולאַג.
אויך אין 1947 האָט זי מיט די אייגענע אויגן געזען ווי מ׳האָט פֿון פּאַלעסטינע אַוועקגעשיקט אַ שיף פֿול מיט 4,000 חורבן־געליטענע פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן. זי האָט יענע געשעענישן פֿאָטאָגראַפֿירט און שפּעטער באַשריבן אין אַ בוך וואָס לעאָן יוריס האָט אויף זיי באַזירט זײַן בעסטסעלער Exodus [די יציאה].
שוין אין די זיבעציקער איז זי געווען דער איינציקער אויסלענדישער קאָרעספּאָנדענט וואָס האָט אַליין געזען די „אָפּעראַציע משה רבנו“, ווען מ׳האָט בשעת אַ גרויסן הונגער אין עטיאָפּיע אַריבערגעפֿירט מיט אַן עראָפּלאַן די אָרטיקע ייִדן קיין ישׂראל.
גרובער האָט אָפֿט געשריבן גאָר אינטערעסאַנטע באַריכטן וועגן די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, סײַ פֿון נעכטן סײַ פֿון הײַנט.
רות גרובער, די טאָכטער פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ברוקלין, האָט אין יונגן עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר גראַדויִרט פֿון דער מיטלשול, און צו אַכצן — פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. נאָכן באַקומען אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין דײַטשער ליטעראַטור איז זי אַוועק קיין דײַטשלאַנד און, אין עלטער פֿון צוואָנציק יאָר, געקראָגן אַ דאָקטאָראַט פֿונעם קעלנער אוניווערסיטעט מיט אַ דיסערטאַציע וועגן ווירדזשיניע וווּלף. דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דעמאָלט באַמערקט, אַז זי איז געווען דער ייִנגסטער דאָקטאָראַנט אין פֿילאָסאָפֿיע אין דײַטשלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.