װען ניצט מען דאָס װאָרט צניעות? אַ קורצער דורכזוך אױף „גוגל‟ באַװײַזט אַז צום מערסטן זוכט מען מאַטעריאַלן וועגן דער פֿראַגע, ווי אַזױ די מיידלעך און פֿרױען טוען זיך אָן.
צענדליקער ביכער געשריבן פֿאַר ייִדישע מיידלעך ענטפֿערן פּינקטלעך אויף די שאלות: װי לאַנג דאַרף זײַן דאָס קליידל? צי ליגט דער אױסשניט פֿון דער בלוזקע אױפֿן שליסלביין? און װען מע האָט שױן חתונה געהאַט, װי אַזוי דעקט מען צו די האָר?
לויט דער תּורה איז צניעות אָבער אַן ענין נישט בלויז פֿאַר פֿרויען. שטעלט זיך די פֿראַגע: װי אַזוי װערט מען אַ צניעותדיקער מענטש בכלל?
דער „דרישה אינסטיטוט‟ פֿאַר ייִדישער דערציִונג האָט געװאָלט אַז אונדזערע שמועסן װעגן צניעות זאָלן װערן אַ ביסל ברייטער. דעם חודש האָט דער אינסטיטוט געפֿירט אַ דרײַטײליקע סעריע װעגן צניעות, כּדי צו געפֿינען פֿון װאַנען ס׳קומט דער טערמין און װאָס עס באַטײַט באמת.
די װאָך האָט הרבֿ דוד סילבער, דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, געהאַלטן אַ רעדע װעגן „צניעות אין אונדזערע פּערזענלעכע און געזעלשאַפֿטלעכע סבֿיבֿות.‟ זײַן ציל איז אַז מיר זאָלן נישט באַטראַכטן אַזױ ענג דעם ענין צניעות, נאָר מיר זאָלן דאָס באַנעמען װי אַן אופֿן זיך אויסצולעבן װי אן ענװ.
צוערשט האָט מען געזוכט וווּ געפֿינט זיך דאָס װאָרט „צניעות‟ אין די הייליקע ספֿרים. האָט הרבֿ סילבער געזאָגט, אַז מע געפֿינט עס נאָר צװײ מאָל אין תּנ״ך, און ביידע אױפֿװײַזן האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט פֿרױען צי קליידער. למשל, מיכה־הנבֿיא זאָגט: „והצנע לכת עם אלהיך‟ — גיי צניעותדיק מיט דײַן ג-ט. ס׳איז װיכטיק נישט נאָר װי אַזױ מע זעט אױס, נאָר אױך װי אַזױ מע באַציט זיך צו אַ צװייטן. גיין איז דאָך אַן אַקטיװער פּראָצעס, און מע דאַרף עס װײַזן מיט אַ באַשיידענעם אױפֿפֿיר.
װען מע גיט זיך אָפּ שטאַרק מיט קליידער, האָט הרבֿ סילבער געזאָגט, הערט מען אַמאָל בלויז די אױבנאױפֿיקע װערטן. ער האָט, למשל, געזאָגט, אַז ער „האַלט פֿאַר פּראָבלעמאַטיש, אונדזער העכסטסע שטרעבונג זאָל זײַן מאַטעריאַליזם.‟ אַפֿילו װען מע רעדט אַרום דעם ענין, צניעותדיקע קליידונג, שטעלט מען לאַװ־דװקא די ריכטיקע פֿראַגעס. מע דאַרף באַטראַכטן נישט װי לאַנג עס זענען די אַרבל, נאָר, למשל, װי הױך עס זענען די אָפּצאַסן. „לױט מײַן מיינונג,‟ האָט זיך הרבֿ סילבער אַרױסגעזאָגט, „דאַרפֿן הױכע קנאַפֿל יאָ געאַסרט װערן. ס׳איז דאָך נישט געזונט זיי צו טראָגן!‟
דאָס ניצן קליידער פֿאַר דעם סטאַנדאַרט פֿון צניעות איז אויך פּראָבלעמאַטיש דערפֿאַר, װײַל מע דאַרף עס באַטראַכטן אין שײַכות צו דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, דערקלערט הרבֿ סילבער. צי האָבן דען ייִדן געטראָגן שטרײַמלעך אין מדבר? „לבֿוש איז היפּשלעך אָפּהענגיק אין אַ קאָנטעקסט,‟ האָט הרבֿ סילבער צוגעגעבן. „ס׳זענען דאָ ערטער אױף דער װעלט, למשל, װוּ ס׳איז גאַנץ פּאַסיק, אַ מאַן זאָל טראָגן אַ קלייד.‟
איין פֿרױ אין עולם איז געװאָרן אַ ביסל אױפֿגערעגט אויף הרבֿ סילבערס קאָנסטאַטירונג. „אָבער מיינט איר נישט אַז ייִדן דאַרפֿן אויסזען אַנדערש, מיר זאָלן זײַן אַ באַזונדער פֿאָלק?‟ האָט זי געפֿרעגט. האָט הרבֿ סילבער געענטפֿערט: „נישט דאָס בין איך אויסן. אַז איך גיי אין גאַס טראָג איך אַ יאַרמולקע, װײַל איך בין דאָך אַ ייִד. געמיינט האָב איך נאָר, אַז מיר דאַרפֿן נישט באַגרענעצן אונדזער פֿאַרשטאַנד פֿון צניעות נאָר צו דער לענג פֿון אַ מיידלס קליידל.‟
דער רבֿ האָט װײַטער דערקלערט אַז מע קען אַפֿילו באַטראַכטן די אינטערנעץ װי אַ טײל פֿון צניעות. למשל, אַלץ װאָס מע שטעלט אױף פֿײַסבוק שטייט פֿאַר אַלעמען אין די אױגן. „אפֿשר צוליב דעם בין איך איינער פֿון די איינציקע מענטשן דאָ אין צימער װאָס האָט נישט קיין פֿײַסבוק־קאָנטע!‟ האָט הרבֿ סילבער געלאַכט. דער שורש פֿון װאָרט צניעות האָט אַ שײַכות צום באַהאַלטן זיך, און ס׳איז שװער זיך צו באַהאַלטן אין אַזאַ עפֿנטלעכן פּלאַץ װי אָנלײַן.
די שרײַבערין פֿון די שורות האָט אויך אַ שטיקל דערפֿאַרונג וועגן דעם ענין, װי צניעות װערט אַ מאָל צו ענג דעפֿינירט. צוריק מיט אַ פּאָר חדשים בין איך געזעסן פֿאַרן אָרטאָדאָקסישן בית־דין, זיי זאָלן באַשטימען צי איך בין ראוי צו װערן אַ ייִדישע טאָכטער. האָט דער אָבֿ בית־דין מיך געפֿרעגט: „ס׳איז געװען זייער הייס אין אױגוסט; װי אַזױ האָסטו זיך אן עצה געגעבן?‟
איך בין נישט געװען זיכער װי אַזױ צו ענטפֿערן. װאָס האָט דער באַגגריף ׳צניעות׳ געמיינט פֿאַרן בית־דין? אַ ביסל שפּעטער, ווען איינער פֿון די רבנים האָט מיך געפֿרעגט: „װאָס איז פֿאַר דיר די שװערסטע מיצווה אָפּצוהיטן?‟ האָב איך שוין געהאַט פֿאַר אים אַ גרייטן ענטפֿער: „צניעות!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.