עס איז געקומען די נאַכט פֿון דער פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג Sholem Aleichem – Not Dead Yet (שלום־עליכם — נאָך נישט געשטאָרבן). דאָס איז אױך געװען די פּרעמיערע פֿון די צװײ יִינגסטע אַקטיאָרן — אײנער צו 10 יאָר און אײנער צו 20 יאָר.
הינטער די קוליסן איז מען אפֿשר געװען נערװעז, נאָר דאָס איז נישט אײַנגעפֿאַלן דעם עולם, װאָס האָט אַרױסגעקוקט אױף דער געלעגנהײט צו זען דעם באַרימטן ניו־יאָרקער יִידישן אַקטיאָר שײן בײקער.
דער אָװנט האָט זיך אָנגעהױבן. די ערשטע אייבער־טיטלען האָבן זיך באַװיזן אױפֿן עקראַן און די פּיאַנע האָט אָנגעהױבן שפּילן. דער לאָקאַלער אַקטיאָר לעאָן גורפֿינקל, װאָס האָט פֿאַראַיאָרן אױסגענומען אין דער ראָלע פֿונעם רבין אין סלאָגאָ סלוצקיס פֿאָרשטעלונג פֿון My Name is Asher Lev (איך הײס אשר לעװ), האָט געשפּילט די ראָלע פֿונעם העלד, פֿון שלום עליכען. דער מחבר, אַרנאָלד זײבל, װײַזט אים װי אײנער װאָס איז, 100 יאָר נאָך זײַן טױט, נישט אין הימל און גלײַכצײַטיק נישט אױף דער ערד, װײַל ער װיל נישט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאָלק, זײַן שפּראַך, און די טיפּן װעלכע ער האָט באַשריבן במשך פֿון זײַן קאַריערע. שלום־עליכמס מאָנאָלאָגן פֿאַרבינדן די סצענעס װעלכע שטיצן זיך אױפֿן שרײַבערס פֿאַרעפֿנטלעכטע מאָנאָלאָגן.
דער ייִנגסטער פֿון די בינע־קינסטלער, הלל רינגעלבלום, איז אַ תּלמיד אין 4טן קלאַס בײַם מעלבורנער שלום עליכם קאָלעדזש. דער צװײט־יִינגסטער אױף דער בינע, יהושע רובין, איז אַ גראַדואַנט פֿון דער זעלבער װעלטלעכער יִידישער טאָגשול. ער איז אױך אַ מיטגליד פֿון מעלבורנס יִידישן כאָר, „מיר קומען אָן“. צוזאַמען מיט מישעל גרײ האָבן זײ אױסגעשפּילט שלום־עליכמס פּסח־מעשׂה „אליהו הנבֿיא”. רובין האָט געװיזן אַז ער קען אױך זינגען מיטן אַלטן טעאַטער־ליד „אַ סך מלאכות און װײניק ברכות”.
געזאַנג און טענץ שפּילן אַ װיכטיקע ראָלע אין דער פֿאָרשטעלונג. די „קלעזמאַניע“ זינגערין, פֿרײדי מראָצקי, האָט אויפֿגעטראָטן מיט אַ רײ יִידישע לידער װעלכע האָבן גוט אילוסטרירט די װעלט פֿון שלום־עליכמס װערק. אױף דער בינע זײַנען אױך געװען די קינסטלערין עליסאַ גרײ (װאָס פֿירט אָן מיטן יִידישן טעאַטער־װאַרשטאַט בײַ דער „קדימה‟), די אַקטריסע מישעל גרײ און העלען מיזרחי, װאָס האָט געשפּילט די ראָלע „יענטע” בײַם מעלבורנער יִידישן יוגנט־טעאַטערס פֿאָרשטעלונג פֿונעם „פֿידלער אױפֿן דאַך“. אַחוץ שײן בײקער (מנחם־מענדל, טבֿיה און אַנדערע ראָלעס) האָבן אױך געשפּילט די כאַראַקטער־אַקטיאָרן הענרי נוסבױם, אַלעקס דאַפֿנער און דודי רינגעלבלום — הללס טאַטע.
Sholem Aleichem – Not Dead Yet גיט אָפּ כּבֿוד אונדזער שלום-עליכמען, דעם צו יונג פֿאַרשטאָרבענעם רעזשיסער סלאָגאָ סלוצקי, און אױך דער טראַדיציע פֿון יִידישן טעאַטער אין אױסטראַליע. לאָמיר האָפֿן אַז דאָס װעט זײַן די ערשטע אין אַ רײ נײַע יִידישע פֿאָרשטעלונגען װעלכע װעלן צוציִען סײַ יונגע בינע־קינסטלער סײַ אַ יִינגערן טעאַטער־עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.