ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 22, 2016, issue of November 23, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדישע פֿײַערונג פֿון פּוילישער אומאָפּהענגיקייט — אַנולירט

אין פּוילן האָבן מיר נאָר וואָס געפֿײַערט דעם טאָג פֿון פּוילנס אומאָפּהענגיקײט.

אַגבֿ, קיין שום פֿײַערווערק האָב איך נישט געזען אויפֿן הימל אין וואַרשע; דער מיליטער האָט נישט מאַרשירט אויף דער מאַרשאַלקאָווסקאַ אַלעע, און ווען די קינדער וואָלטן נישט געבליבן אין דער היים צוליב דעם יום־טובֿ, וואָלט איך קוים באַמערקט אַז פּוילן פֿײַערט איר אומאָפּהענגיקײט־טאָג.

דאָס הייסט, אַז דאָ און דאָרטן האָבן מאַרשירט גרופּעס פֿון פֿארשיידענע פּאָליטישע באַוועגונגען, אָבער די טוריסטן האָבן מסתּמא אַפֿילו נישט געוווּסט וווּ און צוליב וואָס.

אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. לאָמיר זיך צוריקקערן צו אונדזערע אחינו בני־ישׂראל. ייִדן זענען געטרײַע בירגער אין אַלע לענדער ווו זיי וווינען. די „נאָזשיק־שיל‟ אין וואַרשע האָט געהאַט בדעה צו האַלטן א פֿײַערלעכע צערעמאָניע לכּבֿוד דער פּוילישער מלוכה.

חוץ הרבֿ שודריך און די אָנפֿירערס פֿון דער וואַרשעווער קהילה האָט אויך אַנע טשיאַלאָוויטש, אַן אויטאָרין וואָס שרײַבט וועגן וואַרשע און אירע ייִדן און סתּם מיטגלידער פֿון דער קהילה געזאָלט אָנטייל נעמען אין דער צערעמאָניע.

נאָר וואָס זשע? צוליב אַן אַזוי גערופֿענער „זיכערקײט וואָרענונג‟ איז די גאַנצע צערעמאָניע אַנולירט געוואָרן. מער פּרטים האָט אונדז די גמינע נישט געלאָזט וויסן.


בײַם ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל — אַ „קאָמעדיע‟ בעתן שבֿעה־זיצן, און אַ דראַמע וועגן אַ פּראָפֿעסאָר וואָס באַזוכט בוכנוואַלד

דער וואַרשעווער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל שטייט שוין בײַ דער טיר און די רשימה פֿילמען אין די פֿארשיידענע קאַטעגאָריעס איז זייער אַ לאַנגע.

מיר וועלן, למשל, האָבן די זכיה צו זען א ישׂראלדיקע קאָמעדיע, „אַ וואָך און אַ טאָג‟. דער סאַמע טיטל שמעקט מיט עם־הארצות. עס גייט דאָ אַ רייד נישט וועגן סתּם אַזוי זיבן טעג, נאָר וועגן די זיבן טעג נאָך אַ פּטירה, דהײַנו וועגן זיצן שבֿעה.

דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט אסף (אַסאַף) פּאָלאָנסקי לאָזט אונדז וויסן אַז די אינספּיראַציע פֿאַרן פֿילם האָט ער באַקומען פֿון אַן אמתן געשעעניש. מיט עטלעכע יאָר צוריק איז די פֿרוי פֿון זײַנס אַ חבֿר געשטאָרבן נאָך אַ שווערער קראַנקייט. פּאָלאָנסקי און אַנדערע חבֿרים פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער זענען געקומען אויף דער שבֿעה. די שטימונג איז געווען אַ ביסל אַ געדריקטע ביז איינער פֿון די חבֿרים האָט געפֿרעגט צי ס’איז געבליבן אַ ביסל האַשיש אין שטוב. די געליטענע פֿלעגט באַקומען נאַרקאָטיק, כּדי צו פֿאַרגרינערן איר לײַדן, פֿאַר איר טויט.

דער הומאָר פֿונעם פֿילם איז פּונקט אַזוי וווּלגאַר ווי די סאַמע טעמע, אָבער מילא.

מיר האָט זיך געדוכט אַז דאָס רייכערן האַשיש איז שוין לאַנג נישט קיין נײַעס, אָבער אפֿשר בין איך זיך טועה.

גאָר אַן אַנדערע אינספּיראַציע האָט באַקומען אלי (עלי) שוראַקי, דער באַקאַנטער ייִדישער־פֿראַנצויזישער פֿילם רעזשיסאָר.

זיין פֿילם הייסט Les Origines de La Violence [די קוואַלן פון רציחה}. דער פֿילם איז אַן עקראַניזאַציע פֿון פֿאַבריס פֿאַבערס ראָמאַן מיטן זעלבן טיטל.

אַ יונגער פֿראַנצויזישער פּראָפֿעסאָר פֿאָרט מיט זײַן קלאַס קיין בוכנוואַלד. דאָרט באַמערקט ער אַן אויסטערלישע זאַך. אַ קאַצעטניק אויף אַ בילד אינעם בוכנוואַלד מוזיי, זעט אויס ממש ווי זײַן טאַטע. ער קערט זיך צוריק קיין פּאַריז אַ צעחושטער. די משפּחה וויל נישט רעדן מיט אים וועגן דעם, אָבער ער אַנטדעקט אַז זײַן זיידע איז געווען אַ ייִד וואָס די אייגענע גוייִשע משפּחה האָט געמסרט אין דער געסטאַפּאָ. דער זיידע איז טאַקע געווען פֿאַרשיקט קיין בוכנוואַלד.

דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג אין פֿראַנקרײַך און שוראַקי דערציילט אַז ער האָט באַשלאָסן צו עקראַניזירן דעם טעקסט נאָר אויפֿן סמך פֿון אַן אַרטיקל אין אַ צײַטונג, נאָך איידער ער האָט געלייענט דאָס בוך.

וועגן די דאָקומענטאַלע פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל וועלן מיר שוין רעדן דאָס קומענדיקע מאָל.