חסידים אין מאָנטרעאָל סטראַשען צו לאָדן די שטאָט אין געריכט

Hasidim in Montreal Threaten to Sue the City


פֿון ייִט״אַ

Published November 23, 2016, issue of November 23, 2016.

חסידים אין דער געגנט פֿון אוטרעמאָן אין מאָנטרעאָל סטראַשען אַז זיי וועלן לאָדן די שטאָט אין געריכט נאָך דעם וואָס אַ רעפֿערענדום האָט באַשטעטיקט אַ סטאַטוט וואָס פֿאַרווערט דאָס בויען נײַע טעמפּלען, קירכן אָדער שילן אין דער געגנט.

„ס׳איז אַ גרויסע אַנטוישונג“, האָט דער חסידישער עסקן אַבֿרהם עקשטיין געזאָגט דעם קאַנאַדער מלוכישן ראַדיאָ.

דעם סטאַטוט, וואָס איז פֿאַר אַ יאָרן אַרײַן אין קראַפֿט, האָט מען זונטיק באַשטעטיקט דורך אַן אָפּשטימונג פֿון 1,561 קעגן 1,202 שטימען.

לויט עקשטיינען וואָלט דער יסוד פֿון אַ פּראָצעס געווען, אַז דער סטאַטוט איז עובֿר אויף די רעכט וואָס ווערן גאַראַנטירט דורך די קאַנאַדער און קוועבעקער כאַרטיעס פֿאַר מענטשנרעכט. די חסידים האַלטן, אַז דער סטאַטוט איז אַ קלאָרער בײַשפּיל פֿון רעליגיעזער דיסקרימינאַציע.

כאָטש דער סטאַטוט פֿאַרווערט, אַז מע זאָל גרינדן וואָס פֿאַר אַ מין רעליגיעזן אַנשטאַלט עס זאָל ניט זײַן אויף אַ ספּעציפֿישער גאַס — כּלומרשט צו דערמוטיקן דעם אָרטיקן מיסחר — האַלט עקשטיין און אויך אַנדערע, אַז דער סטאַטוט האָט באמת אין זינען די חסידישע קהילה, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿערטל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין געגנט.

מינדי פּאָלאַק, אַ חסידישע פֿרוי וואָס דינט אויפֿן אוטרעמאָנער שטאָטראָט, נעמט ניט אָן די טענה אַז אַזאַ סטאַטוט וועט העלפֿן די געשעפֿטן, ווײַל אויף אַ דערבײַיִקער גאַס קען מען זען ווי עס עקסיסטירן זײַט בײַ זײַט בשלום סײַ שילן סײַ געשעפֿטן.

„די דאָזיקע טענה האָט פּשוט ניט קיין האַפֿט“, האָט זי געזאָגט דעם קאַנאַדער מלוכישן ראַדיאָ.