עס איז ניט קײן חידוש אַז מיר האָבן עד־היום ניט קײן אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿישע שטודיע פֿון ש. י. אַבראַמאָװיטש, װאָס באַזירט זיך אױף נײַע אַרכיװאַלע פֿאָרשונגען.
דאָס איז אַ בולטער סימן, אַז ייִדישע ליטעראַטור־געשיכטע האָט נאָך ניט דערגרײכט דעם גלײַכן ניװאָ מיט אַנדערע ליטעראַטורן. עס זײַנען יאָ פֿאַראַן װאָגיקע פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון אַבראַמאָװיטשעס לעבן און זײַן ליטעראַרישער פּערזאָן, װאָס װעלן מיט דער צײַט קאָנען דינען װי אַ יסוד פֿאַר אַ קומעדיקן ביאָגראַף פֿונעם „זײדן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור”.
די סאַמע לעצטע פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען איז דערשינען אױף דײַטשיש מיט צװײ יאָר צוריק. סוזאַנע קלינגענשטײן האָט זיך גענומען פֿאַר אַ װיכטיקער אױפֿגאַבע צו פֿאַרסך־הכּלען און אױססדרן דעם אַרומנעמיקן קאָרפּוס פֿון מענדעלע־פֿאָרשונג אױף ייִדיש, ענגליש און דײַטשיש. די מחברין האָט זיך באַגרענעצט מיט אַבראַמאָװיטשעס ייִדישער שאַפֿונג, װאָס זי באַטראַכט אין אַ ברײטערן קולטורעל־היסטאָרישן קאָנטעקסט. אַזאַ מין צוגאַנג איז אין הסכּם מיט דער ייִדישיסטישער טראַדיציע פֿון מענדעלע־פֿאָרשונג, װאָס האָט געבליט ביז די 1950ער יאָרן.
דער הײַנטיקער דור ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשער איז גוט באַהאַװנט אין קריטישע טעאָריעס, אָבער ניט טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער קולטורעלער און סאָציאַלער געשיכטע. להיפּוך צו זײערע פֿירגײער, זײַנען די הײַנטיקער פֿאָרשער מער פֿאַראינטערעסירט אין מענדעלע, װי אַ ליטעראַרישער פֿיגור, אײדער אין זײַן באַשאַפֿער, ש. י. אַבראַמאָװיטש און זײַן לעבן. אַזאַ מין צוגאַנג דערלאָזט מער פֿרײַהײט מיט אױסטײַטשונגען און ספּעקולאַציעס, װאָס האָבן צומאָל אַ זײַטיקן שײַכות צו דער היסטאָרישער װירקלעכקײט. קלינגענשטײנס בוך איז אַ נײטיקער קעגנגעװיכט צו אַזאַ צוגאַנג.
דאָס בוך איז געבױט אַרום די ליטעראַרישע װערק לױטן כראָנאָלאָטישן סדר. אין יעדן קאַפּיטל באַטראַכט די מחברין אײן אָדער צװײ ראָמאַנען, װאָס זי אַנאַליזירט אינעם ברײטערן היסטאָרישן און ביאָגראַפֿישן גערעם. זי שעפּט איר מאַטעריאַל קודם־כּל פֿון די װערק פֿון סאָװעטישע, פּױלישע און אַמעריקאַנער ייִדישע פֿאָרשער, װאָס װערן צום ערשטן מאָל צונױפֿגעבראַכט אונטער אײן הילע. אַבראַמאָװיטש איז געװען אַ מערקװירדיקער מענטש, און זײַן לעבן איז געװען פֿול מיט דראַמאַטישע געשעענישן. סײַ די פּערזענלעכקײט זײַנע סײַ די אומשטאַנדן פֿון זײַן לעבן האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט, דירעקט אָדער אומדירעקט, אין זײַנע װערק.
„מענדעלע מוכר־ספֿרים׃ לעבן און שאַפֿונג פֿון שלום יעקבֿ אַבראַמאָװיטש” איז ניצלעך סײַ פֿאַר אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער און סײַ פֿאַר אַ היסטאָריקער. אין אַמעריקע רעדן די דאָזיקע בראַנזשעס צומאָל אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן און קוקן אײנע אױף דער אַנדערער מיט אַ קריטישן חשד. אָבער אַבראַמאָװיטש־מענדעלע איז אַ קאָמפּליצירטע טאָפּלטע פֿיגור, װאָס לאָזט זיך ניט פֿאַרשטײן פֿון אײן שטאַנדפּונקט. קלינגענשטײן האָט געשטעלט פֿאַר זיך אַ באַשײדענע אױפֿגאַבע צו באַקענען דעם דײַטשישן לײענער מיטן לעבן און שאַפֿונג פֿונעם גרינדער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער איר אױפֿטו גײט װײַט איבער די דאָזיקע גרענעצן לױטן פֿאַרנעם און גרינדלעכקײט.
קלינגענשטײן שילדערט אַבראַמאָװיטשן װי ער שפּאַצירט אַרום „שטױביקע בערדיטשעװער גאַסן” װי אַ מין טאָמאַס־מאַן־געשטאַלט. ער האָט ניט געהאַט קײן גרױסן חשק צו מישן זיך מיט די מאַסן, אָבער ער האָט זיך גענײטיקט אין זײער לעבעדיקער און אױטענטישער שפּראַך פֿאַר זײַן שאַפֿונג. אַבראַמאָשיטש קומט אַרױס װי אַ פּראַקטישער מענטש, װאָס האָט געזוכט פּרנסה אויסצוהאַלטן זײַן משפּחה. אין די 1860ער יאָרן האָט דװקא די ייִדישע ליטעראַטור אים געגעבן אַזאַ מעגלעכקײט. נאָך דער מפּלה פֿון רוסלאַנד אין דער קרימער מלחמה אין 1856 זײַנען געקומען די רעפֿאָרמעס פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער II, און ייִדן האָבן זיך געפֿונען אין אַ נײַער פּאָליטישער װעלט. דערפֿאַר איז אלכּסנדר צעדערבױמס פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ ייִדישע צײַטונג געװאָרן אַ דערפֿאָלג, װאָס האָט באַקומען אַ גרױסן לײענערישן עולם. מיט צװאַנציק יאָר שפּעטער, שפּילט די קרימער מלחמה נאָך אַלץ אַ חשובֿע ראָלע װי אַ היסטאָרישער הינטערגרונט אינעם ראָמאַן „מסעות בנימין השלישי”.
ניט װײניקער װיכטיק איז פֿאַר אַבראַמאָװיטשן געװען די אינעװײניקע יידישע פּאָליטיק אין בערדיטשעװ, װוּ ער איז אַרױסגעטראָטן װי אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון די קאָרומפּירטע גבֿירישע פּני פֿון דער שטאָט. אַבראַמאָװיטש האָט געהאַט אַ שאַרפֿן פּאָליטישן חוש און גרױסע ליטעראַרישע און געזעלשאַפֿטלעכע אַמביציעס. אײניקע פּראָיעקטן זײַנע האָבן אים אײַנגעגעבן, װי למשל די איבערזעצונגען פֿון לערנביכער אױף העברעיִש, פֿאַר װעלכע ער האָט באַקומען װאָגיקע סובװענצן. אַנדערע זײַנען דורכגעפֿאַלן׃ ער האָט קײן מאָל ניט באַקומען אַ שטעלע װי אַ קרױן־ראַבינער.
אַבראַמאָװיטש איז געװען אַ נערװעזער מענטש מיט אַ נטיה צו דעפּרעסיעס. דער אָדעסער פּאָגראָם פֿון 1871, װאָס איז פֿאָרגעקומען נאָך בעת דער ליבעראַלער תּקופֿה פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװײטן, איז געװען פֿאַר אַבראַמאָװטישן אַ גרויסער קלאַפּ. פֿון דעם איז אַרױסגעװאַקסן „די קליאַטשע”. קלינגענשטײן רופֿט דאָס דאָזיקע װערק „אַ ראָמאַן פֿון אַ מפּלה”, װאָס האָט פֿאָרױסגעזאָגט דעם דורכפֿאַל פֿון דער משׂכּילישער ליבעראַלער פּראָגראַם פֿון דער ייִדישער אינטעגראַציע אין רוסלאַנד. „די קליאַטשע” איז מסתּמא די סאַמע װיכטיקסטע װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ פֿירגײער פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם.
אין תּוך גענומען, פֿאָלגט קלינגענשטײן אין איר בוך דעם אײגענעם מעטאָד װי אַבראַמאָװיטש אַלײן אין זײַנע זכרונות „שלמה רב חיימס”. זי הײסט עס „צו פֿאַראַנקערן זײַן װערק אין דער װירקלעכקײט פֿון זײַן פּערזאָן”. דאָס איז אַן אַלטער און אױסגעפּרוּװטער מעטאָד, כאָטש ער פּאַסט ניט אין גאַנצן צו דער הײַנטיקער קריטיש־טעאָרעטישער מאָדע. אָבער די מאָדעס קומען און גײען, און ערנסטע פֿאָרשונגען בלײַבן װערטפֿול אױף לאַנגע יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.