פּאָליאַק וואָס האָט פֿאַרברענט שמאַטע־פֿיגור פֿון חסיד וועט אײַנגעזעצט ווערן אין תּפֿיסה

Polish Man Who Burned Effigy of Hasid Will Go To Prison

מע פֿאַרברענט אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין ברעסלע קעגן דעם אַרײַנלאָזן מוסולמענישע פּליטים אין פּוילן
Reuters
מע פֿאַרברענט אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין ברעסלע קעגן דעם אַרײַנלאָזן מוסולמענישע פּליטים אין פּוילן

פֿון ייִט״אַ

Published November 27, 2016, issue of November 23, 2016.

פֿאַר אַכט טאָגן איז אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אַרויס אַ נאָטיץ וועגן דעם פּראָצעס פֿון אַ פּאָליאַק, וואָס האָט פֿאַרברענט אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד בעת אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דעם אַרײַנלאָזן מוסולמענישע פּליטים אין לאַנד.

לעצטנס האָט דאָס פּוילישע געריכט פֿאַרמישפּט דעם פֿאַרברעכער, פּיאָטר ריבאַק, אויף 10 חדשים תּפֿיסה פֿאַרן פֿאַרברענען די שמאַטע־פֿיגור אינעם צענטראַלן מאַרקפּלאַץ פֿון ברעסלע אין נאָוועמבער 2015. דער פּסק־דין פֿונעם ברעסלער שטאָטגעריכט דאַרף באַשטעטיקט ווערן דורך אַ צווייטן געריכט.

„פֿאַר אַלע וואָס וווינען שוין אין פּוילן זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה איז זײַן אַקט געווען אַ קלאָרע דעקלאַראַציע“, האָט געזאָגט די פּראָקוראָרין קאַטאַרזינע זאַגווויסקע. „מע פֿאַרשטייט דאָך וואָס עס באַטײַט די טערמינען ׳פֿאַרברענען׳ און ׳ייִדן׳. מע טאָר ניט אויסטײַטשן זײַן זשעסט ווי עפּעס ווייניקער ווי אַ סטראַשוניק צו פֿאַרטיליקן מענטשן“.

ריבאַקס אַדוואָקאַט האָט דערקלערט פֿאַרן געריכט אַז די שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד — מיט אַ שוואַרצער קאַפּאָטע, באָרד, פּאות און שוואַרצע בגדים — איז פֿאַרברענט געוואָרן בעת אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דעם אַרײַנלאָזן מוסולמענישע פּליטים אין לאַנד און ניט בעת קיין מאַניפֿעסטאַציע קעגן דער ייִדישער קהילה. ריבאַק האָט פֿריִער דערקלערט פֿאַרן געריכט, אַז די שמאַטע־פֿיגור האָט געדאַרפֿט רעפּרעזענטירן דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ביליאָנער און פֿילאַנטראָפּ דזשאָרדזש סאָראָס.

„די שמאַטע־פֿיגור האָט געשאַפֿן דער נאַציאָנאַלער ראַדיקאַלער לאַגער“, האָט ריבאַ פֿאַר אַכט טאָגן דערציילט דעם געריכט. „ס׳האָט געדאַרפֿט זײַן אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון דזשאָרדזש סאָראָס. איך האָב אים קיין מאָל ניט געזען און ווייס ניט, ווי אַזוי ער זעט אויס. איך פֿיל זיך מאַניפּולירט צוליב דער גאַנצער סיטואַציע. איך בין געווען, און איך בלײַב נאָך, אַ פּאַטריאָט“.

אין זײַן לעצטן באַווײַזן זיך פֿאַרן געריכט האָט ריבאַק דערקלערט, אַז ער האָט „געאַרבעט לטובֿת דעם לאַנד“.

דער פּראָצעס האָט געדויערט עטלעכע וואָכן. מע האָט פֿאַרמישפּט ריבאַקן פֿאַרן „עפֿנטלעכער העצע אויפֿן סמך פֿון רעליגיע און נאַציאָנאַליטעט קעגן אַן אומבאַשטימטער גרופּע ייִדן דורכן פֿאַרברענען אַ שמאַטע־פֿיגור“.