„ייִדישער ביכער־צענטער‟ באַקומט מתּנה פֿון 5 מיליאָן דאָלאַר

Yiddish Book Center Receives Five-Million Dollar Donation


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 27, 2016, issue of November 23, 2016.

דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָט לעצטנס מודיע געווען, אַז ער האָט באַקומען אַ נדבֿה פֿון 5 מיליאָן דאָלאַר, די סאַמע גרעסטע נדבֿה אין דער געשיכטע פֿונעם צענטער. די פֿינאַנציעלע אונטערשטיצונג איז אַ טייל פֿון דער „ירושה־קאַמפּאַניע‟, אַ פּרוּוו צו שאַפֿן 50 מיליאָן דאָלאַר צו דינען ווי אַן עולמות־פֿאָנד פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע.

דעם ריזיקן בײַשטײַער האָבן געשאָנקען די פֿילאַנטראָפּן דוד און סילוויאַ שטײַנער פֿון וועסט־אָראַנדזש, ניו־דזשערזי. דאָס פּאָרפֿאָלק שטיצט שוין יאָרן לאַנג די פּראָגראַמען פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער“. צווישן אַנדערע פּראָיעקטן האָט די משפּחה שטײַנער אונטערגעשטיצט דאָס דיגיטאַליזירן איבער 600 יזכּור־ביכער, און אין 2004 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק געגעבן אַ נדבֿה צו דעקן אַ טייל פֿון די הוצאָות פֿון דער אָרטיקער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור. אַ דאַנק דעם דאָזיקן בײַשטײַער דאַרף דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ מער ניט מאָנען קיין שׂכר־לימוד בײַ די תּלמידים אָדער בעטן, זיי זאָלן אַרבעטן ווי וואָלונטירן, כּדי צו דעקן די הוצאָות פֿונעם באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם.

ביז אַהער האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ געשאַפֿן מער ווי 25 מיליאָן דאָלאַר אין ווייניקער ווי 18 חדשים ווי אַ טייל פֿון דער „ירושה־קאַמפּאַניע‟, וואָס ווערט דורכגעפֿירט לכּבֿוד דער אָרגאַניזאַציעס 40סטן יובֿל. צוליב דעם וואָס דער דאָזיקער יאָרגאַנג וועט ניט אויספֿאַלן ביזן יאָר 2020, זעט אויס אַז דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ האַלט ווײַט פֿאָרויס פֿון איר פּלאַנירטן צײַטפּלאַן אײַנצוזאַמלען 50 מיליאָן דאָלאַר במשך פֿון פֿינף יאָר.