דעם 20סטן נאָוועמבער האָט דער פּאַטריאַרך קיריל, וועלכער שטייט אין שפּיץ פֿון דער רוסיש־אָרטאָדאָקסישער קירך, געפּראַוועט זײַן 70־יאָריקן יוביליי, צוליב וועלכן אין רוסלאַנד גייען איצט אָן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען. דעם 19טן און 20סטן נאָוועמבער זענען אויף דער רוסלענדישער טעלעוויזיע געוויזן געוואָרן דרײַ נײַע פֿילמען לכּבֿוד דעם בעל־שׂימחה. אין איינעם פֿון זיי, באַטיטלט „אַלע זענען גלײַך פֿאַרן באַשעפֿער‟, דערציילט דער פּאַטריאַרך וועגן זײַן אייגן לעבן.
צווישן די חשובֿע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן באַגריסט דעם קירך־פֿירער לכּבֿוד זײַן געבוירן־טאָג, זענען געווען דער רוסלענדישער הויפּט־רבֿ בערל (שלמה־דובֿ־בער־פּינחס) לאַזאַר און אַלכּסנדר באָראָדאַ, דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד‟. מיט דרײַ וואָכן פֿריִער, דעם 28סטן אָקטאָבער, האָבן די זעלבע ליובאַוויטשער טוער זיך געטראָפֿן מיטן פּאַטריאַרך אין זײַן רעזידענץ און באַטראַכט די צוקונפֿטיקע פּלענער פֿון דער צווישן־רעליגיעזער טעטיקייט אינעם לאַנד.
אין זייער באַגריסונג צום געבוירן־טאָג, האָבן לאַזאַר און באָראָדאַ דערמאָנט די משנה אין פּרקי־אָבֿות, וווּ עס שטייט געשריבן „בן שבֿעים לשׂיבֿה‟, בײַ 70 יאָר ווערט מען גרוי־האָריק, און אָפּגעטײַטשט דעם פּאַטריאַרכס גרויע האָר ווי אַ סימן פֿון אַ באַזונדערס דערהויבענער חכמה. בעת דעם וויזיט אינעם פּאַטריאַרכס רעזידענץ, האָט דער הויפּט־רבֿ געמאָלדן, אַז אין ערגעץ אין דער וועלט, מעגלעך, איז נישטאָ אַזאַ מצבֿ, ווי אין רוסלאַנד, וווּ פֿאַרשיידענע רעליגיעזע גרופּעס באַציִען זיך נישט בלויז מיט טאָלעראַנץ צו די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע קאָנפֿעסיעס, נאָר העלפֿן אַקטיוו איינע דער צווייטער.
אין דער אמתן, באַציִען זיך ווײַט נישט אַלע פֿרומע ייִדן און ערנסטע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן מיט דרך־ארץ צו אַנדערע רעליגיעס. סוף אויגוסט, האָט לאַזאַר באַטאָנט בעת אַ גרויסער אַסיפֿה פֿון רבנים אין מאָסקווע, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אייראָפּע איז אין רוסלאַנד פֿאַקטיש נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם.
למעשׂה, ווען מע שרײַבט אַרײַן בערל לאַזאַרס נאָמען אינעם „גוגל‟, באַווײַזן זיך אויבן־אָן בפֿירוש אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען לגבי דעם הויפּט־רבֿ. אַ טייל אַנטיסעמיטן גלייבן אַפֿילו, אַז ווי באַלד לאַזאַר חבֿרט זיך מיטן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, מוז פּוטין אַליין זײַן אַ ייִד; דערפֿאַר באַקומט זיך, לויט זייער קאָנספּיראָלאָגישער טעאָריע, אַז דאָס לאַנד געפֿינט זיך אין די הענט פֿון ייִדישע באַנקירן, וואָס „דינען דעם טײַוול‟.
די סתּירות צווישן דער ווירקלעכקייט און די גוזמאדיקע אָפֿיציעלע שבֿחים, מיט וועלכע די רעליגיעזע שפּיץ־טוער אין רוסלאַנד באַזינגען איינער דעם צווייטן און די רעגירונג פֿון זייער לאַנד, זענען איינע פֿון די סיבות, צוליב וועלכע סײַ דער פּאַטריאַרך, סײַ דער גלאַוונער חב״דניק פֿאַרדינט די רעפּוטאַציע פֿון צבֿיעותדיקע, נישט־אָרנטלעכע מענטשן. כּדי צו קריגן געלט פֿאַר זייערע פּראָיעקטן, האַלטן זיי אָן נאָענטע געשעפֿט־פֿאַרבינדונגען מיט אַ גאַנצער ריי צווייפֿלהאַפֿטיקע פּאַרשוינען — פּשוט צו זאָגן, מיט דער מאַפֿיע.
די אָפֿיציעלע שפּיץ־פֿיגורן, וואָס שטעלן פֿאָר אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס אין רוסלאַנד, האָט אויך די רעפּוטאַציע פֿון לאַוו־דווקא ערנסט פֿרומע מענטשן. אינעם יאָר 2011 איז פֿאָרגעקומען ממש אַן אַנעקדאָטישע מעשׂה מיטן הויפּט־מופֿטי, דעם אָפֿיציעלן ראָש פֿון די מוסולמענער אין רוסלאַנד, טאַלגאַט טאַדזשודין. דער איסלאַמישער פֿירער האָט געשאַפֿן אין זײַן שטוב אַ שיינעם קאָליריקן מאַקעט פֿון אַ חידושדיקן מעטשעט, וועלכן ער האָט פֿאָרגעלייגט אויפֿצושטעלן אין אופֿאַ, דער צענטער פֿון באַשקיריע. פֿאַרן מאַטעריאַל פֿאַרן מאַקעט האָט ער אָבער אויסגעקליבן גאָר אַן אומגעוויינטלעכן: כּלערליי גלעזערנע געשיר, אַרײַנגערעכנט גלעזער פֿאַר ביר און ווײַן. דער מופֿטי האָט דערקלערט, אַז אַזאַ מעטשעט וועט מיט זײַן אויסזען דערמאָנען די מתפּללים וועגן דער מענטשלעכער נטיה צו טאָן עבֿירות, בפֿרט שיכּרות. די פּרעסע האָט באַמערקט, אַז דערמיט האָט ער, מסתּמא, געמיינט זיך אַליין; טאַדזשודין האָט אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון אַ שיכּור, וואָס קומט אין סתּירה מיט זײַן פּאָזיציע פֿון אַ מוסולמענישן מנהיג.
אַזוי צי אַזוי, איז וויכטיק און אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז צווישן דער פּראַוואָסלאַוונער קירך און חב״ד, צום גוטן צי צום שלעכטן, זענען יאָ פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי סאָציאַלע, קולטורעלע און אַפֿילו טעאָלאָגישע פּאַראַלעלן, וואָס דערמעגלעכן צו פֿאַרקניפּן אַ פּראָדוקטיווע קאָאָפּעראַציע. סײַ די רוסישע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן, סײַ די חב״דניקעס, באַטראַכטן רוסלאַנד ווי זייער היסטאָרישן צענטער.
הגם אינעם פֿאַל פֿון חב״ד געפֿינט זיך דער הויפּט־שטאַב פֿון זייער באַוועגונג שוין 76 יאָר אין אַמעריקע, פֿאַרשפּרייטן די ליובאַוויטשער שליחים עלעמענטן פֿון רוסישער קולטור איבער דער גאַנצער וועלט, זינגענדיק אַלטע ניגונים אויף רוסיש און ווײַסרוסיש און דערציילנדיק דעם עולם מעשׂיות וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. כאָטש די אָרטאָדאָקסישע קירך שטאַמט לכתּחילה פֿון ביזאַנטיש־גריכישע וואָרצלען, האָט זיך אין איר רוסישער ווערסיע אַנטוויקלט די שיטה, לויט וועלכער רוסלאַנד שטייט אין שפּיץ פֿון דער גאַנצער וועלט.
אין לייקוווּד, דעם באַרימטן צענטער פֿון אַמעריקאַנער חרדים, געפֿינט זיך אויך אַ רוסישע צערקווע. ווען אַן ענגליש־רעדנדיקער כינעזער דערקלערט, אַז ער לערנט זיך איצט רוסיש — נישט לאַטײַן אָדער גריכיש — ווײַל ער וויל ווערן אַ גלח, מאַכט זיך ממש דער זעלבער אײַנדרוק, ווען מע הערט עס פֿון אַ ליובאַוויטשער גר אין קראָון־הײַטס.
צוליב דער היסטאָרישער פֿאַרבינדונג מיט רוסלאַנד איז גרינג צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַפֿילו אַזאַ מענטש, ווי לאַזאַר, אַן איטאַליעניש־געבוירענער אַמעריקאַנער, וואָס קאָן קוים רעדן אויף אַ צעבראָכענעם רוסיש מיט אַ שווערן אַקצענט, קאָן זיך פֿאָרט פֿאָרשטעלן ווי אַ גרויסער פּאַטריאָט. בשותּפֿות מיט די קריסטן, קאָנען די ליובאַוויטשער בעטן מיט דעפֿאָלג גרויסע געלטער בײַ דער רעגירונג פֿאַרן רעמאָנט פֿון אַלטע שילן וכּדומה.
די סאַמע קאָנטראָווערסאַלע ענלעכקייט באַשטייט אין דעם, וואָס חב״ד איז בעצם אַ משיחישע באַוועגונג, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט מיסיאָנערישער טעטיקייט אַרום דער וועלט. ווען אַ געבילדעטער גלח פֿירט אַ דיאַלאָג מיט אַ רבֿ, ווייסט ער זיכער, אַז זײַן מיטשמועסער האַלט דעם קריסטלעכן „משיח‟ פֿאַר אַ געפֿערלעכן אַפּיקורס. דער רבֿ, פֿון זײַן צד, פֿאַרשטייט גאַנץ קלאָר, אַז רבי מנחם־מענדל שניאורסאָן איז פֿאַרן גלח גאָרנישט מיט נישט אין פֿאַרגלײַך מיטן „אותו איש‟. פֿון דעסטוועגן, ווי באַלד ביידע גרופּעס זענען משיחיסטיש געשטימט, קאָנען די באַטייליקטע אינעם צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג פֿאַרשטיין דעם געדאַנקען־גאַנג פֿון אַן אַנדער מין משיחיסט.
להיפּוך צו דער קאַטוילישער קירך, פֿירט דער פּאַטריאַרך אויס בלויז אַ פֿאָרמעלע פֿירנדיקע ראָלע. עס באַווײַזן זיך כּסדר פֿאַרשיידענע גלחים, וואָס זענען בשום־אופֿן נישט מסכּים מיט זײַנע פּאָזיציעס. פּונקט אַזוי, הגם לאַזאַר איז דער הויפּט־רבֿ, זענען אַ סך ליובאַוויטשער אין רוסלאַנד געשטימט בפֿירוש קעגן זײַנע דעות און שטרעבן זיך אויפֿצופֿירן אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך אומאָפּהענגיק.
דער וועלטלעכער נאָמען פֿונעם פּאַטריאַרך קיריל איז וולאַדימיר גונדיאַעוו. אינעם יאָר 1969 איז ער געוואָרן אַ מאָנאַך און אָנגענומען דעם נײַעם נאָמען.
לאַזאַר האָט אָנגעהויבן זײַן רבנישע קאַריערע אין רוסלאַנד אינעם יאָר 1990; אין 2000 האָט ער באַקומען די רוסלענדישע בירגערשאַפֿט און די פּאָזיציע פֿונעם ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ. זײַענדיק שוין אַן אַרציביסקופּ, האָט קיריל באַקומען דעם העכערן טיטל פֿון מיטראָפּאָליט אין 1991. נאָכן טויט פֿונעם פֿריִערדיקן פּאַטריאַרך אין 2008, האָט ער גלײַך באַקומען די פּאָזיציע. אין פֿעברואַר 2016 האָט ער זיך געטראָפֿן אין האַוואַנע מיטן פּויפּסט. הרבֿ לאַזאַר האָט געשילדערט די דאָזיקע באַגעגעניש ווי אַ „העלדישן טאַט‟. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז ביידע טוער וועלן ווײַטער העלפֿן אָנצוהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן ייִדן, קריסטן און אַנדערע רעליגיעס און זיך מער פֿאַרנעמען, אַנשטאָט פֿינצטערע געשעפֿטן, טאַקע מיט רוחניות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.