ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 28, 2016, issue of November 23, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ נײַ בוך איז לעצטנס אַרױס אין אױסטראַליע װאָס פֿאָרשט אױס די געשיכטע פֿונעם קאַמף לטובֿת סאָװעטישע רעפֿיוזניקס מצד אױסטראַלישע יִידן און מצד דער אױסטראַלישער רעגירונג.

דאָס בוך איז אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט פֿונעם באַרימטן מעלבורנער אַלגעמײנעם און יִידישן זשורנאַליסט סעם ליפּסקי און דעם סידנעיער יִידישן אַקאַדעמיקער פֿראָפֿעסאָר סוזען רוטלענד. דאָס בוך הײסט Let My People Go: The Untold Story of Australia and the Soviet Jews 1959-1989 (לאָזט מײַן פֿאָלק אַרױס: די נישט דערצײלטע מעשׂה פֿון אױסטראַליע און די סאָװעטישע יִידן 1959-1989).  מע האָט ערשט געמאָלדן אַז דאָס בוך האָט געװוּנען די פּרעסטיזשפֿולע פּרעמיער מיניסטערס ליטעראַרישט פּרעמיע פֿאַר אױסטראַלישער געשיכטע בשותּפֿות מיט אַ צװײט בוך, The Story of Australia (די מעשׂה פֿון אױסטראַליע), פֿונעם באַרימטן אױסטראַלישן היסטאָריקער דזשעפֿערי בלײני.

סעם ליפּסקי איז געבױרן געװאָרן אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן, װוּ זײַנע עלטערן האָבן אָנגעפֿירט מיט אַן אײַנפֿאָר־הױז װוּ נײַע יִידישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע פֿלעגן דינגען צימערן אײדער זײ זײַנען געװען גרײט צו דינגען אַ װױנונג פֿאַר זיך אינעם נײַעם לאַנד בעת די יאָרן צװישן די צװײ װעלט־מלחמות. סעם ליפּסקי האָט געדינט װי דער רעדאַקטאָר פֿונעם צײַטשריפֿט The Australian Jewish News. נאָך דעם װי ער האָט זיך פּענסיאָנירט פֿון זײַן קאַריערע װי אַן אַנערקענטן אױסטראַלישער זשורנאַליסט. הײַנט דינט ער װי דער הױפּט פֿון דער װױלטעטיקער „פּרעט משפּחה פֿונדאַציע” אין מעלבורן.

סוזען רולענד איז געבױרן געװאָרן אין סידנעי און איז אַן אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר בײַם אוניװערסיטעט פֿון סידנעי, װוּ זי דינט װי דער פֿאָרזיצער פֿונעם אָפּטײל פֿון העברעיִש, ביבלישע און יִידישע שטודיעס אױפֿן קונסט־פֿאַקולטעט. זי איז דער מחבר פֿון פֿיל אַנערקענטע אַרטיקלען און ביכער אױף דער טעמע פֿון אױסטראַליש־יִידישער געשיכטע.

די ריכטער װעלכע האָבן אױסגעקליבן די געװינערס פֿאַרן יאָר 2016 האָבן געלױבט ליפּסקי און רוטלענדס בוך פֿאַר דער נײַער אינפֿאָרמאַציע װאָס עס ברענגט פֿון אָריגינעלע און נישט־אָריגינעלע מקורים, צװישן זײ רעגירונג־פּאַפּירן און דעם פּריװאַטן אַרכיװ פֿונעם אױסטראַלישן כּלל־טוער איזי ליבלער, װאָס האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם קאַמף צו העלפֿן סאָװעטישע יִידן צו פֿאַרלאָזן דעם סאָװעטן פֿאַרבאַנד און אין אױסטראַליש־יִידישן לעבן בכלל אין יענע יאָרן.

בעת די פּרעמיע איז צוגעטײלט געװאָרן האָט ליפּסקי באַמערקט אַז עס איז פּאַסיק װאָס דװקא דאָס בוך האָט געװוּנען דעם פּרעמיער מיניסטערס פּרעמיע װײַל „במשך פֿון 30 יאָר האָט יעדער אױסטראַלישער פּרעמיער מיניסטער…זיך געדאַרפֿט געבן אַן עצה מיטן ענין סאָװעטישע יִידן”.