ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

יאָלאַנטאַ באָבינסקאַ אין מיטן
יאָלאַנטאַ באָבינסקאַ אין מיטן

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 29, 2016, issue of November 23, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אויפֿן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל — צוויי אינטערעסאַנטע פֿילמען פֿון רומענישן רעזשיסאָר ראַדו גאַברעאַ

אַ דאַנק דעם ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל האָבן מיר געהאַט די מעגלעכקײט צו זען צוויי טשיקאַווע פֿילמען פֿונעם רומענישן רעזשיסאָר ראַדו גאַברעאַ.

דער ערשטער פֿילם, „גאָלדפֿאַדענס ירושה‟, פֿאַרנעמט זיך מיטן טאַטן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. ווי מיר ווייסן, איז גאָלדפֿאַדען געבוירן געוואָרן אין וואָלין, אָבער געשאַפֿן האָט ער דעם ערשטן פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער אין רומעניע. קינד־און־קייט געדענקען אַפֿילו דעם רומענישן נאָמען פֿונעם זומער־קאַפֿע, וווּ גאָלדפֿאַדען און זײַנע אַקטיאָרן האָבן געשפּילט ייִדיש טעאַטער — „פּאָמול ווערדע‟, דהײַנו דער גרינער בוים.

דער פֿילם שילדערט גאָלדפֿאַדענס לעבנסגעשיכטע פֿון רומעניע ביז אַמעריקע. ראַדו גאַברעאַ באַטאָנט די גרויסע השפּעה וואָס דער ייִדישער טעאַטער בכלל און גאָלדפֿאַדען בפֿרט האָבן געהאַט אויפֿן אַמעריקאַנער מיוזיקל.

אַ פּלעיאַדע פֿון מוזיקערס, רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן דערציילן אונדז אינעם פֿילם וואָס איז אַזוינס ייִדיש טעאַטער. איציק גאָטעסמאַן, למשל, דערמאָנט אַז גאָלדפֿאַדען איז געווען זייער פּאָפּולער ביים ייִדישן עולם אָבער לאַוו דווקא צוליב זיינער משׂכּילישער אידעאָלאָגיע. דאָס פֿאָלק האָט אָפֿט מאָל פּשוט איגנאָרירט גאָלדפֿאַדענס אַנטי־קלעריקאַלע כּוונות.

זלמן מלאָטעק גיט אונדז אינעם פֿילם אינטערעסאַנטע בײַשפּילן פֿון גאָלדפֿאַדענס השפּעה אויף דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער מוזיק.

מיר האָט געפֿעלט אינעם פֿילם די ייִדישע שפּראַך. איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט אַז פֿאַרן רעזשיסאָר איז געווען גרינגער צו רעדן מיט יעקבֿ באָדאָ אויף רומעניש. מסתּמא וואָלט אָבער בעסער געווען ווען באָדאָ און אַנדערע אַקטיאָרן רעדן צו אונדז אויף ייִדיש. דעמאָלט וואָלט דער פֿילם געהאַט נאָך אַ מעלה — ער וואָלט פֿאַראייביקט דעם שיינעם פֿאָלקסטימלעכן רומענישן ייִדיש וואָס מיר הערן אַזוי זעלטן די טעג.

אַ צווייטער טשיקאַווער פֿילם פֿונעם זעלבן רעזשיסאָר הייסט אויף ענגליש JEWS FOR SALE [ייִדן צום פֿאַרקויפֿן]. איינער פון די פּאַראַדאָקסן פון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דער פֿאַקט וואָס די לענדער וווּ די פֿאַשיסטן זענען געקומען צו דער מאַכט ווי אונגערן און רומעניע זענען נישט געווען אָקופּירט. במילא האָבן די דײַטשן נישט געקאָנט אַזוי גרינג און געשווינד שיקן זייערע ייִדישע בירגער אין די אומברענג־לאַגערן, ווי אין פּוילן און אין די אַנדערע אָקופּירטע לענדער.

אפֿשר דערפֿאַר זענען כּמעט האַלב פֿון די רומענישע ייִדן ניצול געבליבן. דער פֿאַשיסטישער הערשער, אַנטונענסקאָ, דערציילט אונדז דער פֿילם, האָט אַפֿילו פּראָבירט ממש צו פֿאַרקויפֿן רומענישע ייִדן צו די ענגלענדער. די ענגלישע רעגירונג איז אָבער נישט געווען פֿאַראינטערעסירט. ווען די ייִדן זענען געקומען צו דער מאַכט אין פּאַלעסטינע האָט זיך אָנגעהויבן די גאָלדענע תּקופֿה פֿונעם מסחר מיט רומענישע ייִדן. ישׂראל איז יאָ געווען גרייט צו באַצאָלן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן. פֿאַר די קאָמוניסטישע הערשערס איז דער דאָזיקער מסחר געווען זייער אַ גינסטיקער. זיי האָבן באַקומען דאָלאַרן און באַרײַכערט זיך אַליין און דער מדינה. סתּם רומענישע בירגער האָבן אויך פּראָפֿיטירט. זיי זענען אַרײַן אין די ייִדישע דירות און באַקומען כּמעט בחינם דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס.

אַ דאַנק דעם ייִדן־מסחר מיט ישׂראל האָט רומעניע געקאָנט באַקומען זייער נײטיקע מאָדערנע מאַשינען פֿאַר איר נאַפֿט־אינדוסטריע.

דער פֿילם דערציילט אַז דער סאָוועטישער פֿירער ניקיטאַ כרושטשאָוו איז מסכּים געווען מיטן דאָזיקן האַנדל. ער האָט נאָר געעצהט, אַז די רומענער זאָלן באַקומען פֿאַר זייערע ייִדן סחורות און נישט קיין דאָלאַרן. אַ געוויסע צײַט האָבן זײַנע רומענישע אונטערטאַנען געפֿאָלגט זיין עצה און אויף אַזאַ אופֿן האָט רומעניע באַקומען ערשט-קלאַסיקע דענישע חזירים פֿאַר די רומענישע ייִדן.


לאָדזשער כּלל־טוערין וואָס העלפֿט קראַנקע יתומים באַקומט דעם „אַלינאַ מאַרגאָליס־עדעלמאַן פּריז‟

יאָלאַנטאַ באָבינסקאַ פֿון לאָדזש האָט באַקומען דעם הײַ־יאָריקן „אַלינאַ מאַרגאָליס־עדעלמאַן פּריז‟. באָבינסקאַ שטייט בראש פֿון דער פֿונדאַציע „אַ היים אין לאָדזש‟, וואָס פֿירט אָן מיט אַן אַנשטאַלט פֿאַר קראַנקע יתומים. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע.

אַלינאַ מאַרגאָליס־עדעלמאַן איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1922 אין לאָדזש. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי געאַרבעט מיט קראַנקע קינדער אין דער וואַרשעווער געטאָ און גענומען אָנטייל אינעם געטאָ־אויפֿשטאַנד.

נאָך דער מלחמה איז זי געוואָרן אַ דאָקטער און חתונה געהאַט מיט מאַרעק עדעלמאַנען, איינער פֿון די קאָמאַנדאַנטן פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, און לימים אַ באַרימטן דאָקטער.

נאָך דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע פֿון דער פּוילישער מלוכה אין 1968 האָט פֿרוי עדעלמאַן עמיגרירט מיט זיייערע צוויי קינדער קיין פּאַריז. מאַרעק עדעלמאַן איז געבליבן אין פּוילן. ד״ר אַלינאַ מאַרגאָליס־עדעלמאַן איז געשטאָרבן אין יאָר 2008 אין פּאַריז. מאַרעק עדעלמאַן איז אַוועק אין דער אייביקייט אַ יאָר שפּעטער, אין וואַרשע.