אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר באַטראַכט די ראָלעס פֿון יצחק און ישמעאל, אַ „היימישער‟ צדיק און אַן אַרכעטיפּישער בעל־תּשובֿה. אינעם גלאָבאַלן זין, סימבאָליזירט ישמעאל די איסלאַמישע ציוויליזאַציע. אין פֿאַרגלײַך מיט דער באַשיידענער היימישער רעליגיע פֿון יצחק, האָט די „בעל־תּשובֿישע‟ באַוועגונג פֿון בני־ישמעאל אויסגענומען איבער דער גאַנצער וועלט.
אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן אַ פּערסאָנאַזש, וואָס סימבאָליזירט, לויט דער ייִדישער טראַדיציע, אַן אַנדער גאָר פּאָפּולערע וועלט־רעליגיע. נאָך אינעם בויך פֿון זייער מאַמען, רבֿקה, האָבן אירע צוויי צווילינג־זין שוין אָנגעהויבן זיך קריגן. בײַם געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, האָפֿנדיק צו ווערן דער בכור. צוליב דעם, האָבן יצחק און רבֿקה אָנגערופֿן זייער זון יעקבֿ, פֿונעם וואָרט „עקבֿ‟, פּיאַטע. שפּעטער, האָט יעקבֿ אָפּגעקויפֿט די בכורה בײַ זײַן ברודער.
אויף דער עלטער איז יצחק בלינד געוואָרן. ווען ער האָט געוואָלט געבן זײַן זון עשׂו אַ באַזונדערס וויכטיקע ברכה, האָט יעקבֿ זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים. זײַן טאַטע האָט געמיינט, אַז ער בענטשט זײַן באַליבטן פֿיזישן בכור. מיט אַזאַ קונץ, האָט יעקבֿ באַשטעטיקט זײַן ראָלע ווי דער „ווירטועלער‟ ערשט־געבוירענער זון.
עשׂו איז געוואָרן שטאַרק אין כּעס אויף זײַן ברודער. יעקבֿ האָט געמוזט אַנטלויפֿן קיין חרן, רבֿקהס היימשטאָט. ער האָט מורא געהאַט, אַז עשׂו וועט אים אומברענגען פֿאַר זײַן אָפּנאַרערײַ. די חז״ל דערקלערן אונדז, אַז יעקבֿ האָט געמיינט לשם־שמים. ער האָט געוווּסט, אַז עשׂו איז אַ רשע און האָט געמוזט איבערנעמען פֿון אים די בכורה אי בגשמיות, אי ברוחיות.
פֿון דעסטוועגן, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ער האָט דערמיט געטאָן אַן עבֿירה. אין דער קומענדיקער פּרשה וועלן מיר לייענען, ווי אַזוי יעקבֿ האָט געמוזט אַרבעטן יאָרן־לאַנג פֿאַר זײַן פֿעטער לבֿן, וועלכער האָט אָפּגענאַרט דעם פּלימעניק. די קונץ מיט דער בכורה האָט יעקבֿן טײַער אָפּגעקאָסט.
על־פּי חסידות, האָט יצחק גאַנץ גוט געוווּסט, אַז עשׂו איז נישט קיין צדיק. פֿון דעסטוועגן, האָט ער געוואָלט אים בענטשן, ווײַל עשׂוס נשמה שטאַמט פֿון זייער אַ הויכן שורש. עשׂו האָט נישט געקאָנט זיך אײַנהאַלטן אין די ראַמען פֿון הלכה, ווײַל ער האָט געפֿילט, אַז אין משיחס צײַטן וועלן די מענטשן דערגרייכן אַ העכערע מדרגה; אין פּרינציפּ, קאָן יעדער מענטש זיך פֿאַרבינדן מיטן אייבערשטן אויף זײַן אייגענעם אופֿן און אַראָפּברענגען אויף זיך רוח־הקודש דורך פּערזענלעכע מיטלען. ווי באַלד די משיחישע תּקופֿה איז נאָך נישט געקומען, איז עשׂו למעשׂה געפֿאַלן און געוואָרן אַ רשע.
יעקבֿ האָט אויך געוווּסט, אַז זײַן ברודערס ווילדקייט שטאַמט פֿון אַ הויכן רוחניותדיקן שורש. ער האָט אַליין געהאָפֿט אים מתּקן צו זײַן; דאָס האָט זיך אים אָבער נישט אײַנגעגעבן. פֿון דעסטוועגן, באַטאָנען די מקובלים, אַז עשׂו האָט יאָ אַ שײַכות צו קדושה און אַז ווען משיח וועט קומען, וועט ער ווערן אַ צדיק.
רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ דערקלערט איז זײַן קלאַסישן קבלה־ספֿר „שערי גן העדן‟, אַז אַ סך בני־עשׂו וועלן, סוף־כּל־סוף, תּשובֿה טאָן, מיינענדיק די קריסטן; אין דער ייִדישער טראַדיציע, ווערט עשׂו אַסאָציִיִרט מיט דער קריסטלעכער רעליגיע.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז נישט אַלע גרויסע רבנים האָבן זיך נעגאַטיוו באַצויגן צום גרינדער פֿונעם קריסטנטום. רבי יעקבֿ עמדען, רבי אליהו בן־אמוזג, רבי אליהו־צבֿי סאָלאָווייטשיק און אַ ריי אַנדערע האָבן אים באַטראַכט ווי אַ ייִד אַ צדיק. אַ ריי רבנים האָבן אויך געהאַלטן, אַז געוויסע יחידים אין דער קריסטלעכער וועלט זענען געווען עכטע צדיקים מיט הייליקע רוחניותדיקע השׂגות. הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ פּראָמינענטער ליובאַוויטשער חסיד, האָט געלויבט דעם רוסישן קריסטלעכן פֿילאָסאָף וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און געגלייבט, אַז ער האָט געהאַט אַ ייִדישע נשמה.
פֿון דעסטוועגן, שטעקט אין דער קריסטלעכער רעליגיע אַ פּאַראַדאָקסאַלע קאָמבינאַציע פֿון דערהויבענע געדאַנקען און ווילדקייט. די אוראַלטע ייִדישע משיחיסטן האָבן, נעבעך, פֿאַרשפּרייט זייער שיטה איבער דער וועלט און אײַנגענומען צוליב דעם כּלערליי בזיונות און שוידערלעכע מיתות־משונות. ווען זיי האָבן פֿאַרשפּרייט זייער משיחיזם אין דער רוימישער אימפּעריע, האָבן די רוימער טאַקע אָנגענומען געוויסע עלעמענטן פֿון ייִדישקייט, אָבער אויסגעמישט זיי מיט אַ פֿאַרביסענער שׂינאת־ישראל.
זייער שיינע מוסר־געדאַנקען זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין דער וועלט דורך „בני־אדום‟. אין זײַן קלאַסישן קבלה־ספֿר „שערי קדושה‟ דערקלערט רבי חיים וויטאַל, אַז מע דאַרף ליב האָבן אַלע מענטשן, ייִדן און נישט־ייִדן, אײַננעמען מיט געדולד די בזיונות און נישט זוכן קיין נקמה. רבי אלעזר אַזכּרי, אַן אַנדער באַרימטער מקובל, דערציילט אין זײַן ‟ספֿר חרדים‟, אַז אין צפֿת האָט אַמאָל געלעבט אַ הייליקער ספֿרדישער ייִד, רבי יוסף פֿון סאַראַגאָסע, וועלכער האָט זוכה געווען אַראָפּצוברענגען אויף זיך דעם רוח־הקודש, ווײַל ער פֿלעגט אַרומלויפֿן אין דער שטאָט, כּדי שלום צו מאַכן אַפֿילו צווישן צופֿעליקע צעקריגטע אַראַבישע פּאָרפֿעלקער.
טעאָרעטיש, גלייבן די „בני־אדום‟ אין די דערמאָנטע אידעאַלן, וואָס שטאַמען פֿון דער ייִדישער קבלה. אין פֿאַרגלײַך מיט די מקובלים, וואָס באַטראַכטן זיי ווי אַ העכערן וועג מחוץ די ראַמען פֿון דער סטאַנדאַרטער הלכה, גלייבן די קריסטן, אַז יעדער מענטש מוז זיך אויפֿפֿירן ווי אַ מין מקובל. אין טעאָריע קלינגט עס שיין, אָבער למעשה האָבן זיי אויפֿגעשטעלט אַ סיסטעם, וואָס האָט במשך פֿון הונדערטער יאָרן געהאַלטן אין איין אומברענגען און פּײַניקן מענטשן, אַרײַנגערעכנט פֿאָרשטייער פֿון קאָנקורירנדיקע שטראָמען אין זייער אייגענער רעליגיע.
אינעם באַקאַנטן משנה־קאָמענטאַר „תּפֿארת־ישראל‟ באַטראַכט הרבֿ ישׂראל ליפֿשיץ אַ געוויסע מעלה, וואָס די קריסטן האָבן איבער ייִדן. זײַן פּירוש צום מאמר־חז״ל אין פּרקי־אָבֿות, לויט וועלכן יעדער מענטש איז טײַער און באַשאַפֿן געוואָרן בצלם־אלוקים, ברענגט ווי אַ בײַשפּיל פֿון „אַ גוי אַ צדיק‟ דעם בריטישן קאַפּיטאַן פֿרענסיס דרייק, וועלכער האָט געבראַכט קאַרטאָפֿל פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע, און צוליב דעם געראַטעוועט אומצאָליקע ייִדן פֿון הונגער. אין דער אמתן, איז דרייק געווען גאָר אַ פֿינצטערע פֿיגור, אַ פּיראַט און שקלאַפֿן־הענדלער. מע קאָן זאָגן, אַז דער דאָזיקער פּאַרשוין רעפּרעזענטירט זייער גוט דעם פּאַראַדאָקס פֿון „בני־עשׂו‟ – אַ רשע, וועלכער האָט געטאָן איין גרויסע מיצווה אין זײַן לעבן און צוליב דעם קאָן פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ צדיק.
רש״י באַמערקט, אַז דער נאָמען פֿון אונדזער פּרשה - „תּולדות‟ – איז מרמז אויף יצחקס ביידע קינדער, יעקבֿ און עשׂו. עשׂוס נשמה שטאַמט פֿון „עולם־התּוהו‟, די גײַסטיקע וועלט פֿון כאַאָס, און יעקבֿס נשמה שטאַמט פֿון „עולם־התּיקון‟ - די וועלט פֿון אָרדענונג. הגם עשׂו ווערט, געוויינטלעך, באַטראַכט ווי אַ שלעכטער פּערסאָנאַזש, בלײַבט ער פֿאָרט אַן אינטעגראַלער טייל פֿון יצחקס משפּחה. בלויז אין משיחישע צײַטן וועלן די מענטשן קאָנען לעבן לויטן פּרינציפּ „איש הישר בעיניו יעשׂה‟, יעדער וועט טאָן, וואָס מע וויל. ווי געזאָגט, האָט דער פּראַקטישער משיחיזם פֿון „בני־עשׂו‟ געבראַכט אַ סך צרות. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן אַ מענטש נישט לעבן אַלעמאָל לויט אַ מעכאַנישן סדר. פֿון דער חסידישער פּערספּעקטיוו, קלינגט הרבֿ יוסף־בער סאָלאָוויינטשיקס אידעאַל פֿונעם „איש ההלכה‟ זייער צווייפֿלהאַפֿטיק. אויב מע מיינט, אַז דער עיקר־צוועק אינעם לעבן איז צו היטן די הלכה, קאָן מען, חס־ושלום, פֿאַרוואַנדלען די תּורה אַליין אין אַ „פֿאַרשטיינערטער‟ עבֿודה־זרה. יעדע תּנ״כישע מעשה סימבאָליזירט אַן אינערלעכן פּראָצעס, וואָס קומט פֿאָר אין דער נשמה פֿון יעדן יחיד. הגם דאָס ווילן צו לעבן מעכאַניש על־פּי־הלכה און די תּאווה צו טאָן וואָס מע װיל קאָנען אויסזען ווי קאָנפֿליקטירנדיקע כּוחות, וואָס ווילן איבערנעמען די בכורה איינער פֿונעם צווייטן, מוזן מיר שטרעבן צו געפֿינען אַ געזונטן באַלאַנס צווישן די דאָזיקע היפּוכדיקע נטיות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.